עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-hk1eta4c

kind
paragraph
order
7R
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
מען האבן א צבא מיוחד, שלוחים מיוחדים, מיט כוחות מיוחדים, מיטן נתינת-כח במיוחד, וואס דאס איז געווען ווי די שיחה האמורה, וואס זיכער וועט מען דאס איצטער אויך איבערדרוקן נאכאמאל, כמדובר כמה פעמים, אז ווי מ'זעט אין טבע בני אדם, אפילו אז מ'דרוקט-איבער א זאך וואס האט שוין אמאל געווען געדרוקט, איז דאס אויך א מעין פון א חידוש גמור, ובפרט אז די שיחה איז ווי מ'זעט ווי ס'איז נתפשט געווארן בשעת ס'האט זיך איבערגעדרוקט נאכאמאל מיט יארן לפני זה, איז דערנאך איז געווארן א הפסק הכי גדול אין דער לימוד פון דער שיחה, אין דער קריאה פון דער שיחה, עאכו'כמה וכמה אין דעם לימוד פון דער שיחה, עאכו'כמה אז ס'זאל זיין אזא לימוד המביא לידי מעשה, אויף מסייע-זיין און זען אז ס'זאל דורכגעפירט ווערן אט דאס וואס דער רבי נשמתו אויבן האט דעמאלט געזאגט שוין אין דער שיחה, אז דאס ווערט אן ענין וואס איז פארבונדן מיט כלל ישראל עד סוף כל הדורות, אף על פי וואס דאס איז דאך פארבונדן דערמיט וואס ער איז געפארן אויפן אוהל, און פארבונדן מיט די נישואין פון בני יחידו וואס ער האט אים דערנאך איבערגעגעבן
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions