עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-hht6rz9y

kind
paragraph
order
DT
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
איז אינגאנצן א רגל בפני עצמו, און מ'זאגט, אז די ששה דברים האט אין זיך א סימן על פי תורה, אראפגעבראכט אין תורה שבעל פה, און דער סימן איז פזר קשיו כמבואר אראפגעבראכט ביז אין אחרוני-אחרונים, וואס דא ווערט גלייך מודגש דער ענין פון שמחת בית השואבה, וואס שמחת בית השואבה איז דאך ענינו, אז זאל מפזר זיין די שמחה פון בית השואבה בכל מקום וואו דאס קען דערגרייכן, ביז וואנענט אז דאס דערגרייכט דעם גאנצן עבר, וואס דעמאלט ווערט רעה שמחה מימיו, דורך דערויף וואס ער זעט אז שמחת בית השואבה, כמדובר בהערוכה לפני זה, און ער קען דאך טענה'ן, אז וויבאלד ער דארף זיין פארנומען מיט פאנאנדערשפרייטן כל ענינים אלו ובכל מקום צו אנשים בנשים וטף, ווי יעדערער פון זיי נעמט איינטייל אין שמחת בית השואבה, מוז ער דאס טאן וואס פריער, ער האט קיין צייט ניט אויף אריינטראכטן זיך און אריינקוקן אין דעם, און טאן דאס מיט אן אופן מסודר, און צוזאמען דערמיט מיט אן אופן הכי שטורעמדיקן, זאגט מען, אז גלייך נאך אט דעם פזר באווארנט מען, אז ס'דארף זיין גלייך נאך דרוק נאכאמאל קשה אף על פי וואס דאס איז א זיכערע זאך, אז די ערשטע הקשבה האט ער שוין געהערט ווען ער איז געווען בן חמש עשרה לגמרא, און נאך מערער האט דאס גלייך געהערט ווען ער האט דאס געגעווען בן עשר למשנה, האט ער דאך געלערנט וועגן דינים שמיני עצרת און דינים פון שמחת בית השואבה שוין דעמאלט אנהויבנדיק פון בן עשר, און נאך מערער האט דאס נאך געהערט און איינגעהערט דאך זיכער אין דעם, כדרך פון א קינד, בשעת מ'זאגט אים א נייע זאך, א פריילעכע זאך און א געשמאקע זאך, און א סך הכל פון כמה וכמה טעג און געשמאקע ענינים, ווי דער ענין פון שמיני עצרת איז דאך א זיכערע זאך, אז ער האט שוין געהאט דעם ערשטן קשה א סאך מאל לפני זה, אף על פי ובמילא איז פארשטאנדיק פארוואס
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions