Paragraph
Paragraph rh-hdhqbhqt
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-pp8heywx
- order
- DT
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דער ענין פון איבור, וואס דאס הינגט זיך דאך אפ אן דערויף וואס כזה ראה וקדיש, אז דער אויבערשטער האט געגעבן על-ידי משה ואהרן דער ענין פון קידוש חדשים און איבור שנים לישראל, האט ער זיי דעמאלט אנגעזאגט די פרטים פון איבור, און צוזאמען מיט א נתינת-כח, אז בשעת זיי וועלן טאן כזה ראה וועט דעמאלט ווערן וקדיש וועט דאס ווערן קדיש, און די ענינים וועלן אויפטאן דאס אלץ וואס זיי דארפן אויפטאן, און עיבור וועט אויפטאן אט דאס אלץ וואס עיבור דארף אויפטאן. וואס טוט-אויף עיבור? אז דאס וואס דער אויבערשטער האט באשאפן, אז שנת הלבנה זאל זיין ווייניקער פון שנת החנה, און ס'זאל אזוי זיין מידי שנה בשנה, קומט צוגיין זאגט דער אויבערשטער אן א אידן, אז מזמן לזמן באקומסטו א כח נוסף, אז אט דעמאלט האסטו בכח אט דער ענין וואס דער אויבערשטער האט אריינגעשטעלט אין טבע הענינים, און האט אריינגעשטעלט אין טבע הענינים אין אזא אופן, אז דאס האט גאר א טעם אין שכל אויך, אז אזוי ווי ס'איז געווען די לבנה האט געזאגט כך וכך, דערפאר האט מען ניט געזאגט לחי ומעתי את עצמוך איז דאך דאס אן ענין אין שכל. נוסף אויף דעם ענין וואס דאס איז אויך א חוקה. וואס דאס איז דאך אף על פי וואס בכלל זאגט מען, אז אלע מצוות דארפן מקיים-זיין, דערפאר וואס אשר קדשנו במצוותיו וצונו, ס'איז דאך אבער אויך פארשטאנדיק, אז אויב נוסף לזה האט ער אויך אן ענין אין שכל,
- proofread
- 0