Paragraph
Paragraph rh-hcy7d85q
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-btthne6n
- order
- Ci
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- המלואה הפתוחה הקדושה והרחבה, וואס דער אויבערשטער גיט דאך אידן און סיי ניט-אידן השפעה, ווי מ'זאגט אויך אין ברכת המזון, אז הנת העולם כולו בטובו בחן ובחסד וברחמים, אז ניט נאר דער אויבערשטער גיט, נאר ער גיט דאס מיט חן און מיט חסד און מיט רחמים, איז דאך פארשטאנדיק אויף וויפל ס'איז וויכטיק, און אויף וויפל דאס איז אן עיקר אויף דינען דעם אויבערשטן, סיי אידן און סיי ניט-אידן, דורך ארויסהעלפן א צווייטן וועלכן ס'פעלט אדער בגשמיות אדער ברוחניות, ביז וואנענט ער וועט ווערן כמוך מ'וועט אים מחנך זיין אים און געבן אים אזויפיל, ביז וואנענט ער וועט גרייכן די זעלבע דרגה וואס האט דער וואס איז אים מחנך, און דערנאך וועט דאס ווערן א קנאת סופרים וועט ער באווייזן אויך א ביישפיל פאר דעם וואס האט אים מחנך געווען, ווי אזוי יעדער מענטש דארף טאן אלץ וואס ס'הענגט אפ אין אים אויף צו זיין א מהלך,
- proofread
- 0