Paragraph
Paragraph rh-hc38z9xb
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-qvkrbrka
- order
- G
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- במילא האט מען דאס אויך פארבונדן גלייך מיט א הלכה אין חוץ-לארץ, און א הלכה בזמן הזה, און א הלכה פארבונדן אויך מיט כתיבה און מיט א שטר, אין מדיני ממונות, נוסף אויף דעם ענין פון איסורה וואס ס'איז דא בזה, וכמדובר כמה פעמים, וואס דאס גיט אויך די געלעגנהייט צום עלעם ערשטן אויף די וואס האבן געשיקט די פדיונות, ובפרט צו יו'ד שבט, איז מען דאך שוין געווען לאחרי זה אויפן אוהל איז שוין א גרויסער טייל פון די פדיונות שוין אויפן אוהל, ס'איז דאך דא נאך מסתמא אזוינע וואס גייען נאך אין וועג אדער וואס איז נאך ניט צוגעקומען אז מ'זאל זיי שוין ברענגען אז די פדיונות איז דאך אויך שוין דא די חזקה, כמדובר כמה פעמים, אז בשעת מ'שיקט אין א דרך הרגיל בדרך הטבע, און פארבונדן אויך מיט דינא דמלכותא איז דעמאלט על-פי דין האט מען די חזקה, אז דער פדיון וועט זיכער אנקומען אין דעם ארט וואו מ'האט אים געשיקט, און מ'האט אויך די חזקה פון כל ישראל בחזכת כשרות, אז מ'וועט ברענגען דעם פדיון צו דעם ארט וואו ער געהערט, וואס דאס איז דער ציון פון דעם בעל ההילולא.
- proofread
- 0