transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1מ'האט דאך שוין א נייעם יאר, אנהויבנדיק פון ראש השנה, און דאס איז שוין א טאג אין דעם יאר, יום בשנה חשוב שנה, במילא האט מען דאך שוין א זמן און א נתינת-כח מלמעלה, אויף אפשאצן די כוחות וואס דער אויבערשטער גיט יעדער אידן און אלע אידן, ובפרט אין א זמן סגולה, א זמן וואס ווערט תורה רופט אים אן בשם ראש השנה, אז דאס האט דערנאך א מאכט און דאס פירט אן מיט א גאנצן יאר, און דער ראש השנה איז דאס פארבונדן מיט אילן, וואס דאס איז דאך אויך בגימטריא די שמות קדושים, כמדובר כמה פעמים, און אויך בפשטות דאס אונטערשטרייכט בא יעדער אידן, את העולם כולו נתן בלבם אז יעדער זאך וואס א איד זעט, ובפרט לויט תורת הבעל שם טוב, דארף ער דערפון ארויסנעמען א הוראה בהנוגע צו פעולתו, וואס ער דארף אויפטאן אין תפקידו בעולם, וואס אני נבראתי לשמש את קוני אז ער דארף מאכן פון דער וועלט א באתי לגני כידוע די אריכות אין דעם המשך פון בעל ההילולא, פון יו ד שבט, וואס ס'איז דאך געווען מיט א פאר טעג צוריק, אז די גאנצע וועלט רופט דער אויבערשטער אן בשם גני וואס בפשטות איז דאך אויך פארבונדן אן ענין מיט סמיחה, און א סמיחה פון דעם אמת'ן גן עושה פירות טובות, במילא איז דאך אויך פארשטאנדיק, ובפרט נאך לויט מנהג ישראל וואס תורה הוא, אז פירות וואס מ'עסט אין ראש השנה לאילנות איז מען מהדיר, אז ס'זאל זיין פון פירות שנשתבחה בהם ארץ ישראל דערמאנט דאס אויך יעדער אידן אין וואס פאר א מעמד ומצב ער זאל זיך ניט געפינען דעם ענין פון ארץ ישראל, און ווי חסידות טייטשט דאס אן, אז דאס איז א לאנד וואס געהערט צו יעדער אידן די גאנצע לאנד אינגאנצן, אף על פי וואס על-פי נגלה איז דאך דא אין דערויף די צוויי דיעות, אז יעדער איד האט א חילוק אין ארץ יש
¶2ישראל. און אין דערויף איז דאך אבער דא די צוויי דיעות צי דאס איז אן אמה אחת, צי ד'אמות פארבונדן אויך מיט דעם דין וואס יעדער איד קען שרייבן פרוסבול, ווי דער אלטער רבי איז מדגיש נאך בזה, וואס אויף שרייבן א פרוסבול דארף מען דאך האבן לכל הפחות על עמא על עמא אין ארץ הקודש, כמדובר כמה פעמים
¶3במילא האט מען דאס אויך פארבונדן גלייך מיט א הלכה אין חוץ-לארץ, און א הלכה בזמן הזה, און א הלכה פארבונדן אויך מיט כתיבה און מיט א שטר, אין מדיני ממונות, נוסף אויף דעם ענין פון איסורה וואס ס'איז דא בזה, וכמדובר כמה פעמים, וואס דאס גיט אויך די געלעגנהייט צום עלעם ערשטן אויף די וואס האבן געשיקט די פדיונות, ובפרט צו יו'ד שבט, איז מען דאך שוין געווען לאחרי זה אויפן אוהל איז שוין א גרויסער טייל פון די פדיונות שוין אויפן אוהל, ס'איז דאך דא נאך מסתמא אזוינע וואס גייען נאך אין וועג אדער וואס איז נאך ניט צוגעקומען אז מ'זאל זיי שוין ברענגען אז די פדיונות איז דאך אויך שוין דא די חזקה, כמדובר כמה פעמים, אז בשעת מ'שיקט אין א דרך הרגיל בדרך הטבע, און פארבונדן אויך מיט דינא דמלכותא איז דעמאלט על-פי דין האט מען די חזקה, אז דער פדיון וועט זיכער אנקומען אין דעם ארט וואו מ'האט אים געשיקט, און מ'האט אויך די חזקה פון כל ישראל בחזכת כשרות, אז מ'וועט ברענגען דעם פדיון צו דעם ארט וואו ער געהערט, וואס דאס איז דער ציון פון דעם בעל ההילולא.
¶4ובפרט נאך אז מ'האט דאך אויך די חזקה ווי ס'איז געווען אין די שנים שלפני זה, ובפרט נאך אז איצטער איז דאך די שנת הארבעים, וואס דעמאלט איז דאך נתן הוי'לכם לא בלדעת אויף מתבונן זיך זיי אין דעם ענין וואס מ'לערנט אפ, אז ס'איז דורכגעגאנגען דרייסיק ניין יאר, וואס במשך שנים אלה איז געווען געשיקט בדיונות און געבראכט אויפן ציון וכו און איצטער הויבט זיך דאך אן ד פערציקטער יאר, איז נתן הוי'לכם לא לדעת ונעים לראש ואזנעים לשמוע אויף מתבונן זיך זיי צום אלעם ערשטן, אז ס'איז א זיכערע זאך, אז די פדיונות זיינען אנקעקומען אויף אנציען פון דעם צו וועמען מ'האט געשיקט די פדיונות, וואס דאס איז נשיא דורינו, און ס'איז אויך א זיכערע זאך, אז לא יעזוב את שצון מרייתו כידוע דער בריוו הידוע, כמדובר כמה פעמים, איז א זיכערע זאך אז ער איז פועל פעולתו, בפרט אז מ'קומט פון יו'שבט, וואס דעמאלט איז דאך פועל ישועות בקרב הארץ, וואס זיכער איז דאס אויך נמשך אין די ימים שלאחרי זה, ובפרט אז דאס איז ימים פארבונדן מיט שנת הארבעים, און אויך פארבונדן מיט וואס ס'האט זיך אנגעהויבן אין בשלח, פרעה, אז אפילו ענינים פון פרעה און פון עולם וואכן אויך אויף בא אידן, זיין ווי ער טייטשט אפ אין מדרש פירות ופירי פירות, און מ'איז דאך אריינגעגאנגען היינטיקן טאג, שוין אויך אין דער פרשה פון מתן תורה, במילא איז דאס אויך, אנשטאט צו מאשר-זיין יעדערן באזונדער אז ס'איז אנגעקומען דער פיזים, וואס דאס איז אן ענין וואס איז אין באפשריות, און מ'דארף דאס גאר אויך ניט האבן, איז מען דאס מאשר בכללות אין א מקום קדוש, אין א בית הכנסת און א בית-המדרש, און אז אויך איז דאס שוין א טייל דערפון איז שוין היינט געווען אויפן עול, נוסף אויף די וואס זיינען געווען נאך פאר שבת, און זיכער איז אויך די איבעריקע אויך אנקומען ביטור בזמן אויפן עול אויפן ציון, און אויך אויפטאן פועל ישועות בקרב הארץ אין די ימים שלאחרי זה.
¶5והיראתין אז זיי ווי כמה האבן זיך אויך געבעטן דעם ענין פון משיח נאו, אז ס'זאל שוין קומען די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו. ובפרט נאך, אז דער בעל הציון האט זיך דאך געקאכט אין דעם ענין פון לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה און אויך אין עמדו הכי אין כולכם, און אויך מדריש געווען דעם ענין ווי אזוי מ'דארף מקיים זיין אט דאס וואס ס'שטייט אין רמב אז דער ציווי אין משיח איז ניט נאר אין כללות הענין אז ער איז א מאמין בביאת המשיח, נאך אויך ס'דארף זיין א דין אין תורה אז ער דארף זיין מחקה אויף ביאת המשיח, וכמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך, כמדובר, לכל לראש, אנשטאט צו באשטעטיקן די פדיונות, און אז מ'האט זיי א טייל שוין געבראכט, אויפן ציון, די אנדערע וועט מען אויך זיכער ברענגען ליטא בזמן אויפן ציון, במילא האט מען אויך א חיי איתנו לבו, ס'איז דאך רגיל אז אין די פידיונות איז מען אויך מדיע צו וועמען מ'ברענגט דעם פידיון צום בעל הציון, וועגן די החלטות טובות, איז זאל זיין אויך דער זירוז אויף מקיים זיין די החלטות טובות, ומתוך שמחה וטוב לבב, און בשעת מ'איז מחליט בזה די החלטה מאכט נאך לייכטער און נאכמער בזירוז און נאכמער בשלימות, ביז אין אן אופן פון כמצות רצונך. און דאס דערמאנט אויך נאכאמאל, אזוי ווי ס'איז דאך איינגעווען דער סיום פון רמב״ם הכללית, נוסף אויף דעם סיום פון רמב״ם פון הלכות ברכות וואס איז געווען בשבת שלפני זה, כמדובר כמה פעמים. איז דאך אויך דא אין די החלטות טובות ענינים פארבונדן מיט לימוד הרמב״ם משנה תורה אין ענינים פארבונדן מיט די ענינים פון מקיים-זיין דעם ציווי, ווי פארשטאנדיק פון ספרים, כמדובר כמה פעמים, אז יעדער איד האט אויף זיך א ציווי אויף ללמד כל התורה כולה, על כל פנים די הלכות שבו, כמדובר כמה פעמים, ווי ס'איז אויך פארשטאנדיק פון דעם שולחן-ערוך פון דעם אלטן רבי'ן, כמדובר כמה פעמים, וואלט מען אויך אז חי יתנו
¶6לבי בנוגע צו זיך אליין, און ואהבת לרחק כמוך אויף איינווירקן אויף די אלע וואס ווייסן נאך ניט דערפון וועגן די גרויסקייט פון דעם ענין פון ללמוד כל התורה כולה, און זיכער איז דאך א סך לייכטער דאס אויסצופירן, אז מ'לערנט דאס אין ספר הרמב,"ם ווי אפלערנען כל התורה כולה בפשטות, די אלע מסכתות מיט די אלע ברייתות מיט די אלע מכילתות וכו'וכו כמדובר כמה פעמים, און די החלטה עצמה מאכט דערנאך אויך לייכטער פון דעם לערנען דעם בירור הדברים בהנוגע לאסוקי שמעתת אליבא דהלכתא, וואס דאס איז דאך אין רמב",ם אויך לערנען דאס דערנאך אין דעם מקור, מיט די שקלא-וטריא וכו'וכו וואס דאס איז פארבונדן מיט לימוד כל התורה כולה בפשטות, ווי ס'איז פארשטאנדיק אויך כמדובר פון שולחן-ערוך פון דעם אלטן רבי'ן, אז דאס איז אויך א ציווי אויף יעדער אידן און אויף אלע אידן ער זאל טאן כל התלוי בו אויף אפצולערנען, על כל פנים פעם אחת, אלע מסכתות מיט אלע ברייתות מיט אלע מכילתות מיט אלע ראשונים וכו'וכו כמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז דער א חי יתנו אל לבו בהוספה על די אנדערע ענינים, נוסף אויך וואס מ'דאנקט אפ פאר די בשורות טובות וואס מ'האט איבערגעגעבן וועגן די סיומים פון רמב רמב ם. ועיקר, ווי מ'האט געפראוועט דעם יום ההילולא, סיי אין חוץ לארץ און סיי אין ארץ-ישראל, מיט די החלטות טובות וואס מ'האט אנגענומען בזה, און וואס אזיכער האט מען שוין א טיול אנגעהויבן מקיים זיין בפועל. און דאס גיט אויך א זירוז, אין די ערטער וואס מאיזה סיבה שתהי'האט מען אפגעלייגט אויף פראווען דעם יום ההילולא, און אויך פראווען דעם סיום אויף רמב ם נאך אין די ימים שלאחרי זה, זאל מען דאך נאכמערער מוסיף זיין אין די החלטות טובות, וויבאלד אז מ'האט דאס אפגעלייגט זאל דאס זיין א תועלת, אז וויבאלד אז ס'האט גענומען מערער צייט האט דאס געבראכט נאכמערער החלטות טובות, און דעמאלט האט מען אויך דעם זכות, אז בשעת מ'דערוויסט אין איין ארט, וואס מ'האט שוין געמאכט דעם סיום, אז דערנאך איז געווען א סיום אדער געפראוועט די
¶7הילולא במקום שני לאחרי ווי דארט האט מען געמאכט דעם סיום, און מ'האט מוסיף געווען און דער וויסט זיך אז מ'האט געמאכט כמה החלטות טובות נוסף אויף די החלטות וואס ער האט געמאכט במקום אדער וואס דער ציבור האט געמאכט במקום אן גיט אזוי א געלעגנהייט אויף משלים זיין, אף על פי וואס לאחרי ווי זיי האבן שוין געמאכט דעם סיום אדער דעם יום ההילולא האט מען דאך דעם שבת שלאחרי זה, דער האט מען כמה ימי סגולה, אויף נאכאמאל זיך מתעזר זיין און מתוסף זיין אין די החלטות טובות, און מיט א תוקף המתאים, בפרט לויט דעם אופן, ווי ער קלערט אין דעם קונטרס החלצו וואס מ'קען טאן אז ס'זאל זיכער אראפקומען בפועל, און ס'זאל אראפקומען מתוך שמחה וטוב לבב ובתכלית השלימות, און נאכמער אין תכלית השלימות, ווי דערמאנט שוין שבת און אויך נעכטן, אז ס'זאל זיין אין אן אופן פון ראש השנה לאילנות אז פירי אותי פירי, אז די החלטות טובות וואס מ'האט שוין מקבל געווען, שיעורים בלימוד וואס מ'האט שוין געמאכט, זאלן מוליד זיין נאך החלטות טובות און נאך שיעורים בלימוד און נאך החלטות טובות, און אויך מוליד זיין בפשטות, אז יעדער איד, וואס ער איז דאך א שלוחו של הקב", ברוך הוא איז עושה שליח מאכט על כל פנים נאך א אידן פאר א שליחו של הקב,"ה, אדער על כל פנים אז דער צווייטער זאל משלים-זיין אין זיין שליחות בתכלית השלימות, ביז אופן אז יעדערער פון זיי טוט דאס אין אן אופן פון שליח עושה שליח, כמדובר בארוכה אין די התוועדות שלפני זה. ועוד והוא העיקר, אז פון דער ראש השנה לאילנות זאל זיין א צמיחה תמידית, אז מ'הולך מחיל אל חיל וכל העניני טוב וקדושה. און ווי די גמרא זאגט, אז א מאן פירי מצוות אין קיום המצות, וואס איינע פון זיי איז דאך אויך לימוד התורה, און וואס די שלימות אין לימוד התורה איז דאך א לימוד המביא לידי מעשה ואדרבא דאס איז דער גדול לימוד איז באשטייט אין דערויף שמביא לידי מעשה זאל ער אויך זיין אין די מעשים, אז ער איז
¶8מאכט אויף נאך א לומד תורה, און אויך דער לומד תורה וואס ער מאכט אים אויף ווערט אין אן אופן וואס ער איז חוסר שליח, און דער לומד מאכט אויף נאך א לומד תורה, וכמדובר בארוכה, אז ס'זאל זיין אזוי בכל יום ויום, במסך כל השנה, וואס זי איז געווארן א ראש השנה לאילנות, וכמדובר, אז דער לשון אין משנה איז דאך אילן לשון יחיד, איז דאך א ימטריא פון שתי שמות קדושים, וואס זיי זיינען דאך פארבונדן מיט הנהגות כל העולם כולו, ובפרט די עולם הזה התחתון הגשמי שאין תחתון למטה הימנו, כמדובר כמה פעמים, זאל זיך טאן אין די אלע אופנים, אין דער אופן פון בור פני מלך חיים און ווי די פירות שנשבחה בהם ארץ ישראל איז דאך פארבונדן אויך זיי גיבן דאך דעם אוכל פירות אלו ניט נאר דער ענין וואס ער האט את החסר, נאר אויך ער האט ענינים של עונג ושמחה וואס קומט דורך דערויף. אין דערויף איז דאך אויך דא דער ענין הגפן, וואס דאס ווערט אויך פון דעם פירות הגפן, און דאס ווערט משמח אלקים ואנשים אז דאס איז מגלה אויך דעם העלם פון אלקים, און משמח אויך אנשים, אף על פי וואס מצד עצמם זיינען זיי אין א תואר פון ענוש, כמדובר בארוכה לפני זה, און זאל זיין די אלע ענינים מתוך שמחה וטוב לבב, וואס דאס איז פורץ ומבטל כל ההגבלות און מדידות והגבלות, אפילו ההגבלות דקדושה, און ס'ווערט דער ענין אז הולך וצומח ביז אין א צמיחה עד אין סוף, און דאס ווירקט אזוי אויף כל השנה כולה, אויך דער אפטייטש פון ויהי בשלח פרעה כמדובר בארוכה, אז דאס מאכט א סמיכה און ווייטער א סמיכה, ביז ס'איז שוין אויסגעוואקסן דער יום הראשון פון פרשה מתן תורה, ביז וואנענט אז וישמע יתרו אז דאס פועל'ט אויך אין די ווייטע ערטער, אז אויך דארטן קומט דאס אן באופן של שמי און דאס פועל'ט אויף זיי, אז דערנאך זאל בא זיי ווערן אין אן אופן של ראי און די אלע זאכן צוזאמען זאל אויפט
¶9די ירא אל אלקים בציון, דורך דערויף וואס מ'איז הולך מחיל אל חיל ובפרט כמדובר, אז די פדיונות זיינען שוין א טייל פון זיי אויפן ציון, און זיי זיינען דאך אויך כולל אין זיך, און זיי זיינען דאך הקדמה, און וואס דער בעל הציון זעט, אז מ'שיקט פדיונות בשנה זו, והולך ומתוסף מידי שנה בשנה איז דאך הולך וצומח אויך אין די אלע ענינים שטייט אין די פדיונות, און אויך אין די החלטות טובות וואס שטייט אין די פדיונות אויף מען מקיים זיין זיי בפועל, און מקיים זיין זיי אין אן אופן פון צמיחה, און אין אן אופן אז יעדער מעשה זאל ווערן אין אן אופן פון ראש השנה, אז זי זאל ווערן א קאפ און א התחלה פון א גאנצע שורה של מעשים טובים, ביז אז די אלע זאכן צוזאמען איז גלייך די החלטה בזה ברענגט שוין אראפ דעם שכר שבדבר, וואס דער עיקר השכר איז דאך די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס אט דעמאלט, כמדובר לעיל, איז אילני סרק איז אויך אויך לעשים פירות, נוסף אויף די פירות וואס מ'גיט דעמאלט מלמעלה, כמוזכר לעיל. און ס'ווערט ומלאה הארץ דיעה את הוי אויך אין דעם אופן פון כמים לים מכסים וואס דאס איז דאך סיי אין ארץ ישראל סיי אין חוץ-לארץ, און דאס טוט זיך אפ אין אן אופן וואס לא ייכבם אפילו כהרף עין, כמדובר לעיל, אז וויבאלד אז דאס איז ראש-השנה לאילנות האט דאך דעמאלט בכח, אז ס'זאל זיין די צמיחה פון דעם נייעם ראש-השנה וואס ס'האט זיך אנגעהויבן ס'זאל זיין א זריזות הכי גדולה, סיי בנוגע צו בעלי חיים סיי בנוגע צו צומח בפשטות, על אחת כמה וכמה צו מן המדבר על אחת כמה וכמה צו אתם קרויין אדם דער אמת'ער מן המדבר און דער אמת'ער תכלית און שלימות פון כל העולם כולו, אז דאס ווערט אין די אלע ענינים בזירות הכי גדולה, ובטוב הנראה והנגלה, ובתכלית השלימות אין טוב און אין שמחה און אין עונג אמיתי, ביז דער עונג שנשתבחה בהם ארץ ישראל, און מ'איז ממשיך, תיכף ומיד
¶10ממש, בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, און צוזאמען מיט משיח צדקנו, בארצנו הקדושה בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו, און דארטן גופא ירושלים עיר הקודש, ובהר הבית ובהר הקודש, ובבית המקדש ובקודש הקדשים, ובזוכף ומיד ממש.