Paragraph
Paragraph rh-h5492gjn
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-nx1s07dm
- order
- Aw
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- שמישי", על אחת כמה וכמה אז דאס איז פארבונדן און מ'לערנט אפ פון ענינים וואס שטייען פון חמישי ביז ששי. וואס ס'איז דאך צוויי באזונדערע חלקים אין סדרה, איז דאך פארשטאנדיק, אז יעדערער חלק פון זיי האט א ריבוי ענינים, ביז אין סוף, אין וועלכע ס'האט ענינים בפני עצמו, וויבאלד אבער אז ווי מ'זעט אויך ביז אין פשוטו של מקרא, וויבאלד אז ס'איז דא א זמן וואס די הוראה על פי תורה שבעל-פה איבערגעגעבן על ידי נשיאינו פארבינדט דאס פון התחלת פון רביעי ביז צום סוף פון חמישי איז דאס גופא א הוכחה, אז ס'מוז זיין א דבר המשותף, און בשעת מ'געפינט ארויס דעם דבר המשותף, אט דעמאלט האט ער נאך ביתר שאת וביתר עוז מצד אט דעם ענין וואס ער איז משותף אין ביידע חלקים, סיי פון רביעי ביז חמישי, סיי פון חמישי ביז ששי, על אחת כמה וכמה, אז בשעת מ'זוכט דעם חלק המשותף דארף מען אים גאר ניט זוכן, דאס איז פשוטו של מקרא ממש, במילא איז פארשטאנדיק אז דאס איז שוין פארשטאנדיק פאר א בן חמש למקרא, על אחת כמה וכמה בן עשר למשנה, על אחת כמה וכמה נאך עלטער.
- proofread
- 0