Paragraph
Paragraph rh-h21yjhcj
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-3wf3wzk3
- order
- GJ
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווי תורה וויל, וואס ער זאל דעמאלט טראכטן, וואס ער זאל דעמאלט רעדן, און וואס ער זאל דעמאלט טאן, און טוט דאס אזוי בפועל, המעשה הוא העיקר ווערט דאס בגלוי תורתנו, און ס'ווערט בגלוי אז דער גאנצער זמן, במילא אויך דער מקום, ווערט דורכגעדרונגען, וויבאלד אז דאס איז א אידישע הארץ און א אידישע הויז און א אידישע שכונה, האבן זיי בכח, מיטן כח פון דעם אויבערשטן און שליחות פון דעם אויבערשטן-אז זייער אידישקייט זאל ווירקן, און ווירקן ביז אין אן אופן פון אותך נצחים, אין דער גאנצער סביבה, ביז ווירקן אין דער גאנצער וועלט, וואס דאס איז דאך אויך פון די תנאים וואס והיתה להוי'המלוכה פון די גאולה האמיתית והשלימה, אז אידן זיינען ממלא זייער שליחות זייער תפקיד אויך אין וועלט, דורך חלקו בעולם, אין דער גאנצער וועלט, אז ס'זאל זיין ניכר אין דער גאנצער וועלט, אז ס'איז דא אידישער פאלק, און וואס ער האט אט די און די מענטשן, אנשים אדער נשים אדער טף, ובפרט אז די מענטשן זיינען מקיים ואהבת לרעך כמוך, לעבן זיי זיך אלע מתוך חב ומתוך אחדות, מאלט איז דאך יעדער מעשה זייערע האט דאך נאכמער ווירקונג און האט נאכמער שטארקייט און נאכמער לעבעדיקייט, כבדובר כמה פעמים. וואס צוליב דערויף כדי דאס דורכצופירן נאך בעסער און נאך שנעלער און נאך לעבעדיקער, במילא קומט אויך די גאולה האמיתית והשלימה נאך פריער מאכט מען פון אידן, און מ'גיט יעדערער פון זיי, א שליחות אין פארשידענע ערטער בעולמנו זה, וואס דאס איז דאך אויך איינע פון די טעמים וואס אידן זיינען מפוזר ומותורד בין העמים, און ווי דער לשון הפסוק, אז ס'איז א גרויסער וונדער דאס איז אן עם אחד א גוי אחד, און זיי האבן דאך געדארפט זיין אלע צוזאמען אין דער זעלבער שטאט, אדער על כל פנים אין דער זעלבער לאנד, און מ'זעט אז דאס איז גוי
- proofread
- 0