עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-h0xqq7wm

kind
paragraph
order
M
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
לבנים דא ליבון הלכתא. על דרך זה אויך, בפרט נאך אז מ'האט שוין איצטער אויך דעם ענין פון מתן-תורה, און מתן-תורה שנה אחר שנה, ביז מתן-תורה דריי טויזנט-דריי הונדערט מאל, כמוזכר כמה פעמים, איז דאך א זיכערע זאך דער קשר, בפרט נאך צו דער ביטול הגזירה, אז די אלע ענינים וואס אמאל האט מען דערצו געדארפט אנקומען צו ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט צער הגוף, פון צער כפשוטו, על דרך זה אויך בהנוגע צו א צער פון נשיא דורנו, ווי ס'איז געווען דער ענין המעשה בפעם הראשונה, איז לאחרי זה, ובפרט נאך ביטול הגזירה פון עליונים, אז עליונים יורדו למטה, איז דאך פארשטאנדיק, אז די אלע ענינים פון למטה קענען אויפגעטאן ווערן, דורך די ענינים ווי זיי ווערן אויפגעטאן אין אן אופן עליון, אין רוחניות און אין תכלית הרוחניות, דעם ענין פון הארעווען אדער האבן אראפנעמען הגבלות און א מעשר אויף ענינים פון הבנה והשגה אין פנימיות התורה, וואס ביז דעמאלט געפינען זיי זיך אין א בית האסורים, ניט נתגלה געווארן בחוץ, בשעת ס'קומט אבער אט דער זמן, לאחרי ההקדמה פון עבודה פון הפצת המעינות במיוחד, וואס דאס איז דאך מעין זה, איז אט דעמאלט איז מען יוצא די אלע ענינים פון מעשר און זאכן פארבונדן מיט מאסר וכו דורך דערויף וואס מ'איז גול ופודה אן ענין אין פנימיות התורה, וואס ביז דעמאלט איז דאס ניט נתגלה געווארן מצד חושך העולם, איז אידן, וואס זיי זיינען דאך פארבונדן מיט תורה אור און אין עבודתם איז דאך אויף ממשיך זיין אור בכלל פון תורה אור, און אין תורה אור עצמה דעם מאור שבתורה,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions