Paragraph
Paragraph rh-h08d38s0
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-p2wh406m
- order
- 8
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דאס הייסט אין פשוט'ע ווערטער, אז דאס וואס מיר האבן איצטער די תורה, סיי עלטע אידן און סיי יונגע אידן און סיי גאר קליינע קינדער, האט מען דאס אלץ אין דעם זכות פון די קליינע קינדער וואס זיי זיינען געווען דעם ערשטן מאל בא מתן תורה, און דערנאך גיט מען דאס אזוי איבער פון יענע קינדער צו קינדער אין יעדער דור, ביז צו די קינדער פון אונז דער דור, וואס דאס איז דאך יעדערער פון אייך, און אויך פון נייערע חברים אדער די חבר'טעס וואס געפינען זיך נאך איצטער ניט דא אין בית-הכנסת ובית-המדרש, זיי זיינען אבער געהערן אלע צום זעלבן פאלק, צו ישראל, וואס דאס איז א גוי אחד בארץ, ובפרט נאך אנשים נשים וטף, בפרט טף, און די אלע צוזאמען ווערן א לעבעדיקע זאך, און פארבונדן מיט דער דערציילונג, ווי דערמאנט פריער, פון דעם חלק אין דער סדרה פון היינטיקן טאג, פון יום הרביעי פון פרשה ואת חנן, וואס דארט ווערט דערציילט ווי אזוי דער אויבערשטער האט אנגעהויבן זאגן די עשרת הדברות,
- proofread
- 0