Paragraph
Paragraph rh-gv3vrn8z
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-0f575n02
- order
- 4x
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס קענען זיי אפלערנען דערפון און ארויסלערנען דערפון, אז אין דערויף זאל זיין צוקומען א נייעס אין דער זאך וואס זיי זיינען צבאות השם, וואס זיי דינען דעם אויבערשטן, במילא איז פארשטאנדיק, אז ס'האט קיין ארט ניט אז ס'זאל זיין א זאך וואס ס'איז ניט לרצון ניט צו ווילן פון דעם אויבערשטן, די זאך וואס דערצו קומט מען צו דורך דעם וואס מ'לאזט ניט צו דעם יצר הרע אינגאנצן ער זאל האבן א צוטריט וואו אידן געפינען זיך, ובמיוחד ובפרט דארט וואו ס'געפינען זיך צבאות השם, ווי מ'זעט דאך אז דארט וואו ס'געפינט זיך די ארמיי פון דעם אויבערשטן, על דרך ווי די ארמיי פון א מלך בשר ודם וואס מ'לערנט דערפון אפ על דרך זה לאזט מען ניט צו קיין קא סלקא-דעתך, ניין, אז ס'קען עפעס זיין אנדערש, און זיכערע זאך, אז א זאך וואס ס'גייט אנטקעגן דעם אויבערשטן לאזט מען אים מלכתחילה ניט אריין איז דאך פארשטאנדיק, אז בשעת ס'טרעפן זיך צוזאמען מערערע פון צבאות השם איז צום אלעם ערשטן, און מ'גיט דאך א טראכט, אז מ'האט געדויערט א חודש ליינגער, און זיכער איז אין דערויף דא אן ארדער אויף זיידע אויך פאר צבאות השם במיוחד, וואס איז דער ארדער אויף זיידע פאר זיי אפצולערנען אויף ניט צוצולאזן, אדרבא ס'זאל נאך צוקומען אין זייער ארבעט און שליחות על צבאות השם.
- proofread
- 0