עברית
Library

ש"ק פ' חו"ב י"ב תמוז תרצ"א

255

דער אמת איז אַז זיי ביידע מאַכן כלים אויף פרנסה, און זיי ביידען העלפט השי"ת נאָר דער חילוק איז, אַז דער ערשטער איז פערנומען אין אַ פּאַדראד און אַז השי"ת העלפט אים האָט ער אַלץ ווי אַ פיינער נגיד, פיש און פלייש, אַ גוטע דירה מיט גוטע מלבושים, און איז ביכולת העלפן לזולתו ג"כ, און דער צווייטער קלייבט פרוטות אויף ברויט מיט הערינג. חסידות הויבט אויף און שטעלט אַ חסיד אַוועק אין אַ אָרט וואָס שלא בערכו.

אַמאָליגע חסידים פלעגן טאָן אין חסידות און עבודה אַזוי ווי איינער טוט אין לערנען נגלה, היינט לערנט מען גמרא, מאָרגן לערנט מען די הלכה בחו"מ אַזוי איז געווען באַ אַלטע חסידים, היינט איז די התבוננות פון הפלאת ורוממות הא"ס, היינט איז די התבוננות אין עולמות הא"ס שלפני הצמצום, היינט איז די התבוננות אין די אורות הבאים בדרך אור ישר, איין אַנדער מאָל איז די התבוננות אין די אורות הבאים בדרך או"ח, אַמאָל איז די התבוננות אין ויגבה לבו בדרכי הוי'לג.

אָבער יעצט איז אפילו ווען איינער כלומרש טוט יע עטוואָס, איז דאָס עבודה? — עס איז דאָך מער ניט ווי אַ דמיון, היינט אַז ער טראַכט אָפּ באַ זיך אַז דעם טאָג איז מפני סבות שונות איז ער ניט שייך צו עבודת התפלה, הייסט דאָך אַז ער טראַכט אָפּ אַז אפילו צו אַ דמיון איז ער אויך ניט שייך איז די התבוננות גופא אַ פיינער מוסר. . .

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-gtpaz2sp

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources