Paragraph
Paragraph rh-gtjzkyj9
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-b9r4bxqf
- order
- 6j
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס דא איז אויך גלייך בנוגע, וויבאלד אז כל השנה כולה איז אן ענין של תמימה, איז זוכט מען דאך, און ווי גערעדט אויך, אויף מדגיש זיין דאס, כדי דאס זאל נאכמערער מעורר זיין און געבן כח און אראפברענגען בפועל, אז בא יעדער אידן זאל ווערן בשלימות ובתמימות די תורת הוי'תמימה, וואס זי איז דאך געגעבן געווארן בשביל ישראל, ווי ער זאגט אין תנא דבי אליהו, אז ואדרבא דאס איז גאר קדמה לכל דבר מחשבתן של ישראל אפילו דער מחשבתן של תורה, כמדובר כמה פעמים, ווערט דאס אויך דערנאך אז דאס זאל זיין ביי אים אין אן אופן פון תמימה, במילא איז דאס אויך כולל אז וויבאלד אז דאס איז תמימה איז דאך א זיכערע זאך אז זי האט א דבר עיקרי, וואס דאס איז המעשה הוא העיקר די מסקנא הנוגע למעשה בפועל אין לימוד, לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא ועוד ועיקר למעשה בפועל, ובפרט אז ס'רעדט זיך דאך וועגן אן ענין שהזמן גרמא דער ענין פון שמחת בית השואבה, וואס די שמחת בית השואבה פון הושענא רבי האט דאך א יתר שאת ויתר עוז, דאס איז דאך כולל אין זיך די אלע שמחות וואס לפני זה, בחג הסוכה זה, כולל אין זיך אויך די שמחת פון בית השואבה פון הושענא רבה ווי איינער פון זיבן טעג. פונקט אזוי ווי אין הושענא רבה איז דאך דא אן ענין וואס מ'זאגט א ריבוי הושענות, דערנאך איז דא ווי מ'זאגט אלע הושענות און מ'איז מוסיף נאך עליהם בריבוי, וואס דאס איז דאך צוויי ענינים שלא בערך, און ביידע קומען בהמשך אחד. איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס דארף זיין אין אן אופן פון תמימה, אז ס'דארף ניט פעלן חס ושלום מצד דעם ריבוי פון הושענא א טאג וואס ווערט אנגערופן הושענא רבה דוקא, דארף ניט
- proofread
- 0