עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-gph94bfw

kind
paragraph
order
D
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
על דרך זה איז אויך פארשטאנדיק, אז לאחרי ווי ס'ענדיקט זיך ימי החנוכה, איז נאך אלץ ניט ברור, און מ'קען ניט זיין זיכער מיט זיך, אז מ'האט אין דערויף די שלימות, על כל פנים אויך די שלימות אין דעם אפטייטש פון תכלית השלימות, ניט נאר אז ס'איז ניטא קיין חסרון, נאר שלימות און תכלית השלימות, דארף מען אויף דערויף האבן אז ס'קומט די בחינה אין א זמן ווען ס'האט זיך געענדיקט די אלע אכט טעג, מען ווי אזוי ער פירט זיך אויף, ובפרט בהנוגע למעשה בפועל, און מ'זעט, אז דעמאלט איז ניכר אין דער מעשה בפועל ניט נאר אז ער איז דורכגעגאנגען חנוכה, און ניט נאר אז ער איז דורכגעגאנגען חנוכה ווי מהדרין מן המהדרין, אז ס'איז געווען בכל יום ויום איז ער הולך ומוסיף, און האט אויך אזוי דורכגעטאן, אז כל בני ביתו איז ווי מהדרין מן המהדרין איז איז יעדערער באזונדער איז קומט צו דער שלימות פון הולך ומוסיף מיום ליום און הולך ומוסיף מיום ליום אין אהבת שבעת ימי השבוע, וואס דאס איז דאך די זיבן טעג לאחרי יום הראשון פון יום החנוכה, און אט דעמאלט האט מען אויך, כמדובר, די בחינה, אז ער האט די מעשה, אז די מעשה איז אויך געווען און איז, און איז אין אזא מין אופן א הכנה צו די מעשה וואס קומט גלייך למחרתו, אז דאס זאל זיין אויך אין אן אופן פון הולך ומוסיף ואור, ווי נר מצוה ותורה אור און אלע ענינים פון אור און אלע ענינים פון תורה ומצוותי אף על פי וואס ס'איז שוין נאך חנוכה, און שוין א טאג נאך חנוכה, און נאך מערער ווי א טאג נאך חנוכה, און ער איז אלץ נאך הולך ומוסיף ואור, ואדרבא, וויבאלד אז דעמאלט איז דאס
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions