Paragraph
Paragraph rh-gfmnq4a1
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jmgp881s
- order
- ao
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אפילו שוועריקייטן וואס ער האט געהאט מיט מלאכים, וואס זיי פירן אן מטבע העולם אזוי שפיגלט זיך דאס אויס אפ אין יעדער אידישער הויז, און שפיגלט זיך אויך אפ אין דער צוגרייטונג פון א אידישע מיידעלע, ווי אזוי זי גרייט זיך און ער ווערט אויפגעהאדעוועט ווי אזוי איינצושטעלן איר הויז, אז דאס זאל זיין אן אמת'ע ארץ ישראל, און ס'זאל זיין געבענטש, ווי דערמאנט פריער, אז גלייך די הויז הויבט זיך אן מיט שבת'דיקא-הייט, וואס שבת איז דאך פארבונדן מיט מנוחת הנפש, וואס דאס ברענגט בדרך ממילא אויך מנוחת הגוף האט מען מנוחה, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, און מ'קען שטייגן אלץ מערער און מערער, ילכו מחיל אל חיל אין אלע גוטע זאכן, אנהויבנדיק אין געבן צדקה ארום זיך, און געבן צדקה אין דער אייגענער הויז, ווי דערמאנט אמאל בארוכה, אז ס'איז זייער א גוטע זאך, אז אין קיך וואו מ'גרייט די באלעבאסטיק זעט אז ס'זאל זיין צוגעגרייט דער גשמיות'דיקער עסן פון דער גאנצער משפחה זאל צום אלעם ערשטן זיין דארט אריינגעשטעלט און צוגעקלאפט אין א קביעות'דיקן אופן א צדקה פושקע, כדי
- proofread
- 0