עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-gdfhg3gg

kind
paragraph
order
f
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אבער פארוואס זיינען זיי דאס מקיים? דערפאר וואס אזוי האט מען אנגעזאגט למשה מפי הגבורה, אז ער זאל אזוי דאס איבערגעבן און אנזאגן אידן שיקופו כל באי עולם קומט דאס אראפ בפועל, בגשמיות ובגלוי, ווארום בפועל האט מען דאס שוין, ווי געזאגט כמוזכר לעיל בארוכה, אז מ'האט שוין די כסחיל וואס אינעווייניק געפינט זיך די אלע ענינים, נאר וואס דען? לפי שעה איז פארשלאסן בהעלם, מ'גיט אים אבער אפ דעם שליסל יעדערן אין זיין האנט, ובמעשה אחד, אפילו בדיבור אחד, אפילו במחשבה אחת עפנט ער אויף דעם קסטפל און ס'ווערט גלייך דער הארה בעולם און די השפעה בעולם, ו מביא ישועה והצלה, ביז ווי דאס קומט אראפ אין מעשה בפועל, כמדובר כמה פעמים, אז בשעת מ'קומט אין א טאג נאך שבועות, און דערנאך קומט מען אין דעם לעצטן טאג פון ימי תשלומין איז דארף מען זען, אז דאס זאל אויך זיין די לעצטע טעג פון גלות, ביז די לעצטע שעות פון גלות, ביז די לעצטע רגעים פון גלות, און דאס קען מען אויפטאן דורך דיבור אחד, דורך מעשה אחת אפילו דיבור אחד, אפילו מחשבה אחת, און ואינו מבקש אלא יפי כוחה, מ'האט געגעבן נאך די כוחות לפני זה, על אחת כמה וכמה אין אן ענין שהזמן גרמא, מאכן א שטורעם, אז יעדער איד זאל וויסן זיין אז מ'דארף לערנען תורה בכל יום ויום, אויך נשים די הלכות השייכות להם, און אויך קטנים וקטנות, צי מצד חינוך צי מודה ענין שיהי כדי באווארטן כי יזקין לא יסור ממנו אבער זיי דארפן דאס לערנען נאך בקטנותו אדער בקטנותם. על אחת כמה וכמה בנוגע צו מעשה בפועל איז דאך נאכמער נוגע אויך מפיץ זיין, צוזאמען מיט די מעיינות חוצה, אויך ענינים פון וויסן הלכות, ובפרט הלכות וואס זיי זיינען נוגע בחיי יום יום,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions