עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-gbf60wzx

kind
paragraph
order
XT
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
קומט אים אן לייכט, ער דארף נאר וועלן באמת, איז אט דעמאלט קומט אים אן לייכט פירן זיך ווי דער אויבערשטער וויל אין טאג-טעגלעכן וואכעדיקן לעבן, על אחת כמה וכמה דער לעבן אין חודש אלול, על אחת כמה וכמה דער לעבן אין שבתים פון חודש אלול, און די ימים-טובים פון חודש אלול, אנהויבנדיק פון ראש-חודש אלול, וואס ס'איז אלעמאל צוויי טעג, און דערנאך ווערט דאס אזוי נמשך גלייך אין די ימים-טובים וואס קומען בהמשך צו חודש עזר, וואס דאס איז דער ראש השנה, און דערנאך דער יום הכיפורים, און מ'זאגט אויך, אז דאס איז פארבונדן מיטן מזל ארי וואס ארי איז א ראשי-תיבות אלול און ראש השנה און יום הכיפורים הושענא רבה, אז דאס איז דערנאך ממשיך דעם גוטן קוויטל וואס יעדער איד באקומט צו הושענא רבה, און מ'דארף גאר ניט ווארטן ביז ס'וועט קומען דער יום פון הושענא רבה, נאר ווי ער זאגט אין מדרש, אראפגעבראכט אין טור, אז נאך ערב ראש השנה שטייען שוין אידן אין א מעמד ומצב פון שמחה, וואס דערפאר איז לבשים לבנים טוט מען אן פריילעכע קליידער און ליכטיקע קליידער און ריינע
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions