Paragraph
Paragraph rh-g99r9qmy
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-19aprpmm
- order
- RH
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס דאס איז דאך אויך די כוונה אחכו לו בכל יום שיבוא, ניט נאר רעדן וועגן דעם און ניט נאר לערנען וועגן דעם, און ניט נאר מפרש זיין בזה און זיך מפלפל זיין בזה, און חזר'ן אין דערויף נאר אויך האבן דער בית-המקדש בפשטות, די גאולה האמיתית והשלימה בפשטות, און די קרבנות בפשטות, און יעדערער פון אונג, צוזאמען מיט נשיא דורנו פון דעם רבי'ן דעם שווער בראשנו, וועלן זיין בארץ ישראל ובירושלים עיר הקודש ובבית המקדש, ושם נעשה לפניך תמידים כסדרם ומוספים כהלכתם. וואס דאס איז אויך די שייכות און דער פארבונד מיט דער סדרה פון דער וואך, עצמה פון שני בשלישי, וואס דארטן רעדט זיך אויך דער חילוק פון צווישן סתם בשר און בשר וואס א איד עסט, איז ווערט דאך דאס הייליקער בשר, בדוגמא פון די קרבנות, איז די קרבנות האט מען געדארפט דוקא האבן אין בית-המקדש, און פונקט אזוי ווי דער קרבן וועט דאך זיין בקרוב ממש בפשטות, אזוי וועט זיין בקרוב ממש
- proofread
- 0