Paragraph
Paragraph rh-g7vfkr1h
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-p2wh406m
- order
- K
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און אין דער גאנצער נשמה, אז ס'ווערט א לעבעדיקע און א געזונטער גוף ונשמה, און ביידע צוזאמען לערנען תורה און מקיים מצוות מיטן גאנצן שטורעם, אנהויבנדיק פון קיום המצוות אין דעם ענין פון מצות הצדקה, וואס צדקה האט דאך א סגולה מיוחדת, א ספעציעלע שליחות אויף צוהיילן און ברענגען די גאולה אמיתית והשלימה, תיכף ומיד ממש. ובפרט נאך, אז צו די צדקה וואס מ'גיט יעדערן פון אייך, דורך די מדריכים ומדריכות, על דרך זה אויך צו די עלטערן מערי אדער קרובים מערי וואס געפינען זיך דא, און דערנאך יעדערער גיט-צו נאך פון אייגענע געלט, איז דאס נאכמערער צדקה און נאכמערער מצוות, און נאך שטארקער די אלע גוטע באשלוסן, אנהויבנדיק פון דעם באשלוס פון לערנען תורה און מקיים-זיין מצוות צו זיין די ריכטיקע צבאות השם. און דאס וועט זיין בקרוב, אז ווי ס'איז געווען דעם ערשטן מאל צבאות השם, איז דאך דאס געווען בשעת מ'איז ארויס פון ארץ מצרים, אין דער גאולה פון גלות מצרים, וועט דאס אזוי זיין בקרוב ממש, ווען יעדערער פון אונז,
- proofread
- 0