Paragraph
Paragraph rh-g6j8nn8h
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-by6gsh9g
- order
- 48
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- זיך אנהויבנדיק פון די צוויי טעג ימים טובים, און דערנאך דער יום השבת, און דערנאך די פארשידענע טעג פון חול המועד, און דערנאך אויך בעזר ה אויך אין ירושלים עיר הקודש ממשיך זיין די קריאת התורה אין די טעג לאחרי זה, וואס אין צווישן איז מען דאך מתפלל, אז דער אויבערשטער זאל שיקן די גאולה האמיתית והשלימה, וועט יעדערער פון אונז בתוך כלל ישראל, און יעדערער פון אייך בתוך כלל ישראל בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו זיינען אלע אין ארץ-ישראל, און דארטן גופא אין ירושלים עיר הקודש, און דארטן גופא אין בית-המקדש. איז דאך פארשטאנדיק די הייליקייט און די גרויסקייט פון דער תורה וואס מ'לייענט אין בית-המקדש עצמו, אז מ'בקומט דאך דאס ניט, אף על פי וואס ס'איז אויך דא א קדושה, א גרויסע הייליקייט אין תורה וואס ווערט געלייענט און געלערנט אין מקדש מעד, אין יעדער בית-הכנסת און אין יעדער בית-המדרש,
- proofread
- 0