Paragraph
Paragraph rh-g3w30cvq
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-0xwp5ytq
- order
- H6
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ער ניין און פערציק טעג, און מאכט פון זיי איין ציווי אין תורה איין זאך אין תורה, און דורך דערויף ווי מ'זאגט דערנאך נאך דער ברכה פון ספירת העומר, און דערנאך ציילן דעם עומר, אז על ידי זה ישפע שפע הרב בכל העולמות, אז דורך דערויף וואס א איד, האנשים והטף, א קליין קינד, אן אינגעלע אדער א מיידעלע, האט דערציילט דעם מומר, זאגט אים תורת אמת, אז דורך דערויף טוט ער אויף, אז ס'זאל צוקומען א שעפע אין די אלע וועלטן, און ניט סתם א שעפע נאר א שעפע רב, א סך השפעה, וואס דא זעט מען דעם כח וואס מ'האט געגעבן א אידן, ניט נאר בשעת ער טוט א זאך וואס איז פארבונדן מערניט מיט ווי ער שטייט אין זיינע ד'אמות אין א שול, אין א בית-הכנסת אדער אין א בית-המדרש, אדער ווי ער שטייט אין זיינע ד'אמות בא זיך אין הויז, וואס ער האט געמאכט פון דער הויז, ווי גערעדט מערערע מאל ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם ער מאכט פון זיין אייגענע פריוואטע הויז לכאורה מאכט ער דערפון א מקום קדוש, א זאך וואס הייליק, דורך דערויף וואס ער לערנט דארט תורה און מקיים דארט מצוות, און ער ציט דארטן זיינע קינדער לתורה ולחופה ולמעשים טובים אין דעם אידישן וועג, לויט די אנווייזונגען פון דער תורה, נאר מ'זאגט אים, אז בכל העולמות כולם, און דורך דערויף וואס ער מאכט אן איין און איינציקע ברכה, און ס'איז גאר קיין אונטערשייד ניט על פי דין, מאכן די ברכה אפילו אז מ'דאוונט בא זיך אין הויז, אפילו אז מ'דאוונט אין א פעלד, אפילו אז מ'דאוונט אין א מדבר, וואס דאס איז גאר ניטא קיין מענטשן, אבער דאס שטייט א איד און דערמאנט דעם אויבערשטן, און זאגט דעם אויבערשטן אז ער גייט מקיים-זיין זיין א מצוה, איז ניט קוקנדיק וואס דאס איז א מדבר און ארום אים איז לכאורה קיינער אין די תרבה זאל
- proofread
- 0