English
ספרייה
kind
paragraph
order
Q
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
זי זאל האלטן אין איין שטייגן, וואס דאס איז דאך די תכונה מיוחדה פון נשים ובנות בכלל, און נשי ובנות ישראל במיוחד, וואס אלע אידן זיינען דאך רחמנים, בישנים און גומלי חסדים, בפרט נאך נשים ובנות בישראל, איז דאך בא זיי מצד טבע ביתר שאת וביתר עוז, על אחת כמה וכמה, אז ווי אזוי קומט דאך אויך אין טבע צו דער נתינת-כח מיט א טבע דקדושה, זיינען זיי דאך אין דערויף נאכמער מצליח, און באווייזן אויך א דוגמא חי,"' ווי אזוי יעדערער קען וואקסן, ווי אזוי יעדערער קען איינווירקן אויף זיין גאנצן ארום, אז דער גאנצער ארום זאל האלטן אין איין וואקסן, ובלשון הידוע, ילכו מחיל אל חיל וואס דאס ווערט דאך די הכנה קרובה צו יראה אל אלקים בציון, צו די גאולה האמיתית והשלימה, וואס זי וועט דאך זיין דורך דערויף וואס יראה אלקים בציון, און מ'האט אויף דערויף די ברכה מיוחדה וואס נשי ובנות ישראל זאל האבן, בפרט אין דעם לעצטן דור פון גלות, וואס דאס איז דאך אויך דער ערשטער דור פון גאולה, בקרוב ממש, אז ווי ס'שטייט דאך אין כתבי האריז ל, אז פונקט אזוי ווי ימי צאתך מארץ מצרים איז דאך בזכות נשים צדקניות שבאותו הדור יצא אבותינו ממצרים אזוי וועט אויך זיין אין דער גאולה פון דעם איצטיקן גלות, וואס ער איז דאך אויך ימי צאתך מארץ מצרים און בפרט נאך אז זיי האבן אויפגעשטעלט דורות בישראל פון בנים ובני בנים, ביז בנים קטנים און קטני-קטנים, דורך דערויף וואס פרו וישרצו וירבו ויעצמו מאד מאד אז אידישע פרויען, ובפרט אידישע מוטערס, און אזוי אדם איז זיי אויך אור זייערע טעכטער, אז מ'זאל זיך שטרעבן אז ס'זאל זיין די בתים
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים