עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-fwwtxxwk

kind
paragraph
order
Wd
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
דער קיום השליחות פון לעשות לו יתברך דירה בתחתונים. וואס כדי מאכן נאך לייכטער און נאך לעבעדיקער די עבודה אין דעם אופן, אפילו ווען מ'גייט זיך פאנאנדער און מ'פארט זיך פאנאנדער אין פארשידענע ערטער און פארשידענע לענדער מיט פארשידענע מנהגים, וואס ס'איז דאך מערניט דער שינוי דער חוסד-החילוק אין מנהגים, אבער ס'איז אלע מנהגים, תורתנו הקדושה, תורת חיים, הוראה בחיים, ס'זאל בלייבן דער אייביקער פארבונד פון יעדער איד מיט אלע אידן, אז זייענדיק בארץ אין פארשידענע חלקים פון דער ארץ זיינען זיי אלעמאל א גוי אחד מאכט דאס נאך לייכטער דעם לימוד התורה וקיום המצוות, און במילא, אז ס'דארף דאך זיין יגעתו ומצאת נוצט מען די יגיעה אויף לערנען נאכמער תורה און מקיים זיין נאכמער מצוות, און צווישן די מצוות עצמם און די מצוות אויף צדקה וחסד, וואס דאס איז דאך אויך כולל ואהבת לרעך כמוך דאס איז דאך דער גרעסטער חסד וואס א איד טוט מיט זיך און מיט די אידן ארום זיך, דורך דערויף וואס ער איז מקיים בפועל, אז רעך און כמוך ווערט איין און איינציקע זאך, איז ביז אין און איינציקע הנהגה, כמדובר כמה פעמים. ובפרט אז מ'פארבינדט דאס אויך מיט מצות הצדקה, וואס דער פארט זיך דער מנהג, אזוי ווי מ'גייט זיך און מ'פארט זיך פאנאנדער נעמט יעדערער אויף זיך די שליחות פון מקיים-זיין נאכאמאל א מצות צדקה, און מקיים-זיין בשמחה ובטוב לבאל, במכל-שכן וקל-וחומר, אז אלע מצוות איז ער האט דורך זי מקיים בשמחה ובטוב לבב, ווארום דאס איז פארבונדן מיט עבודת ה וואס ס'זאל זיין דוקא בשמחה ובטוב לבב, ווארום אזוי פירן זיך אידן, סיי אנשים סיי נשים סיי טף. וואס כדי דאס מאכן נאך לייכטער און נאך לעבעדיקער און מיט נאך מער שטארקייט, כמדובר כמה פעמים, איז איידער מ'גייט זיך
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions