עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-fvnp46gc

kind
paragraph
order
oj
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אנגייענדיק אין דערויף גופא פארוואס מ'וויל מבטל זיין די שקלא וטרעת, וועט דאס ווייטער אוועקנעמען זמן, און ווער ווייס וויפל זמן, און ס'איז אויך א דברים בטלים און א זמן בטל וכו'וכו נאר בשעת מ'וויל נאר אנהויבן וועגן אט די זאכן דארף מען גלייך זאגן דא האט ברחמנות און לא מיר ביידע זיך פארנעמען מיט אונזער שליחות אין דעם ארט וואו מיר געפינען זיך, וואס דאס א לעשות לו יתברך דירה בתחתונים אדער זאגן דאס אים אויף ענגליש אדער אויף פראנצעזישן וכיוצא בזה, און דער עיקר איז ס'זאל זיין אין א לשון וואס ער פארשטייט און דארף ניט האבן קיין פירושים בדבר. און דעמאלט איז א זיכערע זאך, אז יענער וועט זען, אז מ'וויל ניט פירן קיין שקלא וטריא'ס וכו וועט ער ווערן צופרידן וואס מ'האט אים ניט צוגעלאזן ער זאל זיך אין דערויף ארי זיין אין מילוי שליחותו, וואס יעדער איר האט דאך א שליחות, בפרט דאך אידן וואס מ'האט זיי ממנה געווען פאר א שליח איז לכל ראש דארפן זיי באווייזן דעם לעבעדיקן ביישפיל וואס א שליח איז, אז חזקי שליחותו אין דעם ארט און אין דעם זמן און אין דעם ענין אויף וועלכן מ'האט אים ממנה געווען.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions