Paragraph
Paragraph rh-fvhb822t
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-k3vzk2g7
- order
- 1B
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אזוי איז דאך דער סדר בא אידן ווי דער סדר איז אין תורה, וואס יעדער זאך וואס אידן טוען האט מען דאך אויף דערויף א הוראה, אן אנווייזונג, וואס דאס איז אויך דער ענין פון דער תורה, מלשון הוראה, וואס אזוי איז אויך די אנהויבס פון דער תורה הויבט זיך אויך אן מיט אן נז בית, אף על פי וואס ס'איז דאך א סברא וואס ווערט געבאכט אויך אלס א קא סלקא דעתך, אז תורה האט זיך געדארפט אנהויבן מיט אן א', א', וויבאלד אז אן א'איז דער אנהויבס פון דעם גאנצן א'ב, דארף דאס אויך זיין דער אנהויבס פון דער גאנצער תורה, און מ'זאגט אויף דערויף די ערקלערונג, אז דערפאר וואס תורה וויל זיך באווייזן און אנווייזן און מורא זיין יעדער אידן, אז וואס פאר א זאך ער זאל ניט טאן דארף ער דאס אנהויבן מיט אן ענין של ברכה, וואס אין דערויף גופא האט ער אויך א הוראה אויף אנווייזן דערגאנצער וועלט מיט אלע ענינים וואס זיינען באשאפן געווארן אין וועלט, אז זיי דארפן טאן אלע זאכן וואס זיי טוען אין אזא מין אופן, אז דאס זאל
- proofread
- 0