Paragraph
Paragraph rh-fstjct18
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-kvrerbcn
- order
- 6
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v2"}- content
- ס׳איז דאך פותחין בברכה, וואס די גרעסטע ברכה איז דאך, אז די הבטחה פון צוזאמענקלייבן אידן מארבע כאנפס הארץ האט זיך שוין אנגעהויבן בפשטות, ביז וואנענט אז מ'זעט דאס בעיני בשר, און אז ס'האט זיך אנגעהויבן מיט א משך זמן לפני זה, און מ'האלט שוין איצטער, אזוי דארף מען האפן בא דעם פרייטאג פון דעם ויקהל, התחלה דערפון האט זיך אנגעהויבן א סך פריער ווי דער יום ראשון פון פרשה ויקל פון שנה זו, ווי מ'האט דאס געזען בפועל דורך דעם קיבוץ גליות פון פארשידענע ערטער און פארשידענע לענדער לארצנו הקדושה, און קיבוץ גליות בחסד וברחמים, ניט ווי מ'האט אמאל געדארפט לויפן און באהאלטן זיך און אויסבאהאלטן זיך, וכמדובר ווי ס'איז געבליבן נאך אויך אין אן איינציקע די צוויי מדינות, וואס פון דארטן דארף מען נאך אנטלויפן און ס'איז פארבונדן מיט סכנה נאר ווי ס'איז געווען ברוב העולם ככולו, וואס דערפאר וועט דאס אויך משפיע זיין, אויף די וואס זיינען געלאפן מתוך סכנה וועלן זיי אויך אלע ניצול ווערן, ואדרבא ליצוני הקדושה וועלן זיי האבן די אמת'ע מנוחת הנפש ומנוחת הגוף, אפילו די וואס זיינען געקומען
- proofread
- 0