עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-fngwh2s1

kind
paragraph
order
h8
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ווערט דעמאלט דער ענין פון מה טוב ומה נעים, אז דאס איז ניט נאר א זיכערע זאך, און ניט נאר אן אפגעהיטע זאך, און ניט נאר א גוטע זאך, בשעת צוויי אידן זיינען צוזאמען, איז דאך אט דעמאלט קומט-צו אין ווי די משנה זאגט, אז שנים שישבו איז א זיכערע זאך אז זיי זיינען עוסק בתורה, ווי ס'איז פארשטאנדיק פון דער משנה, וויבאלד אז יעדער איד וויל דאך האבן דעם חיים אמיתיים און רצוני הפנימיים איז דאך מקיים-זיין וואס שטייט אין תורה בכלל, און אין משנה במיוחד, וואס משנה איז דאך ענינה הלכות, במילא, אז ס'איז דא די שנים ווערט גלייך שישבו, זיי האבן מנוחת הנפש ומנוחת הגוף, און בשעת צוויי אידן געפינען זיך צוזאמען, איז דעמאלט איז א זיכערע זיין אז ס'ווערט דער עוסקים בתורה, אפילו ווען אחד דארף ער אויך עוסק זיין בתורה, ס'קומט אבער ניט דער פלפול און די חידושים וואס קומט-צו אין הלכות, און אויך זיין זיכער, אז די הלכות צו וועלכע ער קומט במסקנא זיינען אויסגעהאלטן, דארף ער האבן א מיינונג פון א צווייטן ניט פארלאזן זיך אויף א דעת
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions