פסקה
פסקה rh-fh3temvw
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-3pmnq2mg
- order
- i
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3","edited":true}- content
- דן, וואס זיי זיינען עם חכם ונבון, אז מ'וועט מציע זיין איינער מ'וועט אים געבן אריבו אבנים טובות ומרגלות, אף על פי וואס ער ווייס, אז דאס וועט ברענגען דערצו, אז ער דארף האבן א השתדלות מיוחדת, ביז אין אן אופן של יגיעה, אויף דאס אריינברענגען אין זיין רשות, אז דאס זאל ווערן זיינע, איז א זיכערע זאך, אז ער איז מסכים בזה, און נאכמערער ער בעט זיך, אז "יש לו מנה" איז "רוצה מאתיים" און מ'בעט מאתיים, און בשעת מ'גיט אים מאתיים בעט ער גלייך כפליים לתושי' ארבע מאות. וואס דאס איז אויך די נקודה בהנוגע למעשה בפועל, אז מ'זאל אננעמען אט די אלע החלטות און די וואס מאיזה סיבה שתהי' איז א ספק צו ווייסן זיי מכל זה, איז א שליחות של מצוה, אז יעדערער זאל דאס איבערגעבן צו די וואס ער רעכנט, אז זיי זיינען מתאים לזה, וואס דאס איז יעדער איד, בני אברהם יצחק ויעקב, און יעדער אידישער פרוי בני שרה רבקה רחל ולאה, וואס דאס רעדט זיך וועגן תורה ומצוותי, אדער תורה עבודה און גמילות חסדים, כמדובר כמה פעמים, צוזאמען אויך מיט אט דער מיט דעם ענין פון עשה לך רב, און אויך צוזאמען מיט האמור לעיל, אז דאס איז אן ענין וואס מ'זעט בפועל, אז בשעת ס'איז דא עשה לך רב און ער דארף אים אפגעבן א דין וחשבון, אף על פי וואס ס'איז מערניט וואס דאס איז מצד עשה לך רב בעל כרחו האט ער זיך גענייט עשי' אבער ער האט זיך גענייט אין אזא אופן אמיתי, אז ער איז דאס מקיים בפועל, ווערט דאך דערנאך ביי אים אן ענין של תענוג, און ס'ווערט אויך א טייל פון מעשינו ועבודתינו וואס זיי היילן נאכמערער צו דעם ענין פון אחישנה.
- proofread
- 0