English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

6 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1מ'איז דאך אלעמאל מכריז בנוגע צו דעם סדר, און מ'וועט מען אויך מכריז זיין, וויבאלד אז קיינער ווייס איך ניט דעם סדר, האב ער דאך קיין ברירה ניט, דארף איך דאס אליין מכריז זיין, אז איצטער וועט מען מסיים-זיין די התוועדות און מסיים-זיין בדבר טוב, אויף נאכאמאל איבער'חזר'ן אין טוב אלא תורה, אז זיכער וועט מען גלייך מחליט זיין החלטות טובות ברוב עם, אין אן אופן ווי ער איז מבאר אין קונטרס החלצו אויף צוזאמענקלייבן זיך כמה ביחד, און מחליט זיין אז בשנה זו וועט מוסיף זיין אין לימוד התורה נאך מערער ווי בשנה שעברה, טאקע כל חד וחד לפון שיעורא דילי איז דאך אבער געווארן עלטער מיט א טאג איז זיכער אויך דער שיעור געוואקסן, און כדי דאס זאל האבן א קיום, מ'זאל דאס קענען בוחן זיין זאל גלייך אויך פארבונדן ווערן מיט א החלטה בפרטיות, אז דאס מיינט מען דער שיעור אין דעם און דעם ספר אדער דעם און דעם לימוד וכך וכך, און וויבאלד אז דאס איז ניט א שיעור וואס מ'איז קובע אויף א משך זמן רב, נאר אויף א משך זמן לא רב, כדי דערנאך זאל מען קענען משנה-זיין בהתאם ווי ס'וועט זיך ארויסויין, איז, אז מ'דארף האבן א שינוי אדער באיכות אדער בכמות אדער דער [מגיד שיר?] וכיוצא בזה. ובכלל איז דאס אן ענין וואס כדאי מתבונן זיין בכל חודש בפני עצמו, וויבאלד אז דעמאלט ווערט א נייער צירוף מיט א נייער סארט עבודה וכו' וכו.' והוד והוא העיקר, אז נוסף וואס מ'וועט דאס זיכער טאן דא, אין די ד' אמות פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער והשייך לזה אויך אזוי איבערגעבן בכל מקום וואו מ'הערט דאס שוין, און אויך איבערגעבן אין די ערטער וואס מ'הערט דאס ניט וועל מען אויך דארט דארטן איבערגעבן, און דאס האט קיין שייכות ניט צו א חוג מסויים, אדער אפילו רוב, נאר דאס איז שייך צו רוב בני ישראל, און שייך צו רובא די רובא פון עם ישראל, און שייך צו די וואס זיינען מיעוטא פון בני ישראל, די מיעוטא די מיעוטא,

2בכל אחד ואחד, וואס ער איז דאך זיכער פארבונדן מיט חמשה עשר באב, במילא איז ער אויך פארבונדן מיט כל המוסיף מוסיפין לו, במילא איז ער אויך פארבונדן מיט אז דער אויבערשטער איז אים מוסיף חיים על חייו איז דאך אויך דא היא חיינו ואורך ימינו דער ענין ווי דאס איז פארבונדן מיט לימוד התורה, וואס היא חיינו ואורך ימינו, וגדול לימוד די גדות פון לימוד פון תורה איז דאך די מסקנא לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא די החלטות בנוגע צו הידור אין קיום המצוות בכלל, אנהויבנדיק פון מצות צדקה, להוסיף אויך בזה. און פארבינדן דאס אויך מיט אן ענין, בשעת דער התוועדות גופא די החלטה בזה, בלב כל אחד ואחת אויך פארבונדן מיט אן ענין של ניגון של שמחה בכלל, אנהויבנדיק פון דעם ניגון של שמחה פון דעם מיטעלן רבי'ן, וואס מ'זינגט אים בהמשך צו דעם ניגון פון דעם אלטן רבי'ן, על ידי ההקדמה הידועה די הקדמה צו דעם ניגון פון דעם אלטן רבי'ן, פון די ד'פאלן, בדוגמא פון די ד' כתות, ווי דערמאנט פריער, ד' סוגים, פון בנות ישראל, וואס זיי זיינען דאך בדוגמא פון א כלה לחתן וואס דאס איז הקב"ה, כמבואר בארוכה ומובן וגם פשוט פון דעם ענין אין דעם סיום המסכתא, און אויך דאס דערנאך אראפברענגען, ווי דערמאנט פריער, אין החלטות טובות בנוגע צו הידור במצוות, בפרט אין מצוות שהזמן גרמא, אין חודש אלול בנוגע צו ענינים פון אלול, דערנאך די הכנות אויך צו חודש תשרי, [כולל אויך הכנות צו קודש תשרי,?] און אין חודש תשרי ס'איז דאך דא א ריבוי ענינים, על דרך זה במשך כל השנה, איז כל חודש וחודש האט דאך זיך זיין צירוף און זיין עבודה מיוחדת און זיין מזל מיוחד און זיין שבט מיוחד וכו' וכו,' און דערנאך אויך מסיים זיין מיטן ניגון הידוע, בדוגמא פון דעם סיום פון דער מסכתא, שיבנה בית המקדש במהרה בימינו,

3און דערנאך אויך לאחרי ברכה אחרונה, טיילן דורך די טנקיסטים לכל אחד ואחת אן ענין פון א שליחות מצוה, א דולר אויף אפגעבן דאס לצדקה. און ויהי רצון, אז מ'זאל אזוי אויך טאן בכל מקום ומקום, צי אין דעם מטבע פון יענער מדינה אדער אן אנדערן מטבע וכיוצא בזה, דער ניט אין דעם ענין, ניט אויף אזויפיל נוגע די כמות שבדבר, וויבאלד אז דא רעדט זיך ניט וועגן דעם ענין פון החיית נפש העני בפשטות, נאר דאס רעדט זיך וועגן ענינים פארבונדן מיט פרוטה לעני והדר מצלי, ועל דרך זה אויך בנוגע בפרוטה קונה חיי נפשו, במילא וועלן דאס אויך פארבינדן דאס מיט כל ענינים אלו, וכאמור לעיל, על דרך זה איז כדאי מ'זאל דאס טאן בכל מקום ומקום נאך לפני יום השבת, כדי ביום השבת זאל קען אין דערויף זיין אויך דער ויכולו. און כדי צו מטיל אימה זיין, איז אויך וואס דעמאלט וועט נאך אויך צוקומען יראת בשר ודם אויף צו טאן דאס, איז מה טוב אז מ'וועט אהערצו מודיע זיין, און אנשרייבנדיק אויף דער מעטפה [אויף דער גלוי,?] אז מ'זאל וויסן אז ס'זאל ניט אוועקגיין צו מישט ווערן מיט אנדערע ענינים די החלטות טובות, און דער עיקר, אז מ'האט שוין אנגעהויבן דאס טאן בפועל, וכאן המקום אויך אויף לתקן אדער לתרץ אדער באווארענען אף על פי וואס דאס איז א דבר המובן וגם פשוט, אז אט די דוחות, אדער די ידיעות והודאות וואס במשך השנה צוגעשיקט, אף על פי וואס מפני ידיעה אפס הזמן האט מען דאס ניט [משר?] געווען לכל אחד ואחת בפני עצמו, אבער חזקה אויף שליחותו-דינא דמלכותא, אז מ'האט דאס געשיקט דורך [בידיעה?] פון א מלכות איז דאס א חזקה אז ס'איז אנגעקומען צו דעם צו וועמען מ'האט דאס געשיקט, און ס'איז אויך א חזקה שליחות א שליחותו אז מ'האט גענומען דעם צעטל און מ'האט אים געבראכט אויפן ציון פון נשיא דורנו, דער רבי דער שווער, אף על פי וואס מ'האט יענעם

4ניט געהאט די מעגלעכקייט צו באשטעטיקן יעדערן בפני עצמו, באשטעטיקן דאס אי צטער ברבים, אז ס'איז זיכער שליח עושה שליחותו, אז מ'האט דאס אפגעשיקט דורך א [בי'דער?] של מלכות בכל מדינה ומדינה, איז דאך חזקה על פי הלכה, אז ס'איז אנגעקומען צו דעם צו וועמען מ'האט דאס אויך געשיקט, און דאס גופא וואס מ'האט אים געשיקט איז א סימן, אז ער האט א חזקה, אז מסתמא וועט דאס איבערגעבן צו נשיא דורנו, דורך מיטנעמען אט די הודעות אויפן ציון, ועל דרך זה אויך די קריאות פון די פדיונות. וואס דערמיט באווארנט מען אויך אויף להבא, אז אף על פי וואס מ'זאגט אז כדי להוסיף ס'זאל אנקומען לייכטער די הבאה בפועל, וועט דאס זיין דורך דערויף וואס מ'וועט וויסן, אז מ'דארף מודיע זיין נאך פאר שבת, אז ס'איז אנגעקומען אט די הודאה און די ידיעה, און דערפאר שרייבט מען נאך פאר שבת, אז מ'האט געמאכט אט די החלטות, און די החלטות שבאשטייען בפרטיות בהנוגע צו תורה כך וכך, און בהנוגע צו צדקה כך וכך, און בהנוגע צו כללות ענין המצוות, וואס דאס איז מצות סתמא טאקע צדקה, איז דאך אבער דא כללות ענין המצוות, האט מען געמאכט די החלטות כך וכך, וברוב עם, און אין אן אופן פון והחלצו איז א זיכערע זאך, אז הקב"ה עוזרו און הקב"ה איז מסייע, און נאכמערער, אז הקב"ה נעמט אויף זיך די גאנצע טרחה און ס'קומט אן אויף א לייכטן שבת'דיקן אופן, אז "כל מלאכתך עשוי'" און ער טוט מצד עונג מקיים אט די אלע החלטות, כמדובר כמה פעמים, דער חילוק פון מלאכת שבת ביז צו מלאכת פון ימות החול, אז דאס איז א מלאכה של עונג, ווי דערמאנט כמה פעמים די דוגמא, וואס דער [בשעה?] תורה גיט א דוגמא, אז תורה ומצוות איז דאס אבנים טובות ומרגליות איז זעלבסט-פארשטענדלעך, אז מ'האט מערער אבנים טובות ומרגליות, דארף מען האבן מערער אויף זיי אריינברענגען אין דעם [לרשות?] דארף מען האבן מערער, אין השתדלות, ביז אין אן אופן אז מ'דארף גאר האבן מערער יגיעה, אף על פי כן זעט מען אין טבע בני אדם לאו דוקא פון א

5דן, וואס זיי זיינען עם חכם ונבון, אז מ'וועט מציע זיין איינער מ'וועט אים געבן אריבו אבנים טובות ומרגלות, אף על פי וואס ער ווייס, אז דאס וועט ברענגען דערצו, אז ער דארף האבן א השתדלות מיוחדת, ביז אין אן אופן של יגיעה, אויף דאס אריינברענגען אין זיין רשות, אז דאס זאל ווערן זיינע, איז א זיכערע זאך, אז ער איז מסכים בזה, און נאכמערער ער בעט זיך, אז "יש לו מנה" איז "רוצה מאתיים" און מ'בעט מאתיים, און בשעת מ'גיט אים מאתיים בעט ער גלייך כפליים לתושי' ארבע מאות. וואס דאס איז אויך די נקודה בהנוגע למעשה בפועל, אז מ'זאל אננעמען אט די אלע החלטות און די וואס מאיזה סיבה שתהי' איז א ספק צו ווייסן זיי מכל זה, איז א שליחות של מצוה, אז יעדערער זאל דאס איבערגעבן צו די וואס ער רעכנט, אז זיי זיינען מתאים לזה, וואס דאס איז יעדער איד, בני אברהם יצחק ויעקב, און יעדער אידישער פרוי בני שרה רבקה רחל ולאה, וואס דאס רעדט זיך וועגן תורה ומצוותי, אדער תורה עבודה און גמילות חסדים, כמדובר כמה פעמים, צוזאמען אויך מיט אט דער מיט דעם ענין פון עשה לך רב, און אויך צוזאמען מיט האמור לעיל, אז דאס איז אן ענין וואס מ'זעט בפועל, אז בשעת ס'איז דא עשה לך רב און ער דארף אים אפגעבן א דין וחשבון, אף על פי וואס ס'איז מערניט וואס דאס איז מצד עשה לך רב בעל כרחו האט ער זיך גענייט עשי' אבער ער האט זיך גענייט אין אזא אופן אמיתי, אז ער איז דאס מקיים בפועל, ווערט דאך דערנאך ביי אים אן ענין של תענוג, און ס'ווערט אויך א טייל פון מעשינו ועבודתינו וואס זיי היילן נאכמערער צו דעם ענין פון אחישנה.

6און יהי רצון, אז אין דעם אלעם זאל מקויים ווערן, וויבאלד אז מ'זאגט ניט קיין אייגענע זאכן, מערניט ווי מ'חזר'ט ענינים וואס שטייט אין ספרים און אין מאמרים און אין קונטרסים, און מ'חזר'ט דאס פאר די וואס אויף וועלכע תורה איז מעיד, תן לחכם ויחכם עוד מ'געהערט צו עם חכם ונבון, עם הגדול הזה, און מ'טוט דאס אין אן עת רצון, וואס לא היו ימים טובים כחמשה עשר באב, א זמן רצון און א מקום רצון, בית הכנסת ובית המדרש פון נשיא דורנו, זאל דאס זיין נאך שנעלער דער אחישנה און נאך גרעסער באורך ורוחב ועומק בכל ענינים אלו, און דאס זאל נאכמערער צוהיילן דעם תכלית כל הענינים, דער ענין פון גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, אז אפילו א הערער פיין גייט אויך ניט דורך, און ס'קומט גלייך די גאולה האמיתית והשלימה על ידי דוד מלכא משיחא. לחיים.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים