עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-fezadw3b

kind
paragraph
order
n
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v2"}
content
ו עוד והעיקר תיכף ומיד ממש, און דער ענין הצדקה, וואס מ'וועט מאכן יעדערן פון אייך על מנת אז מ'זאל דאס נוצן, און דערנאך דערפון אויך מוסיף זיין מידילי און געבן אן ענין של צדקה, נאך גלייך אנהויבנדיק פון ערב שבת קודש, ס'איז דאך ווי א זמן המסוגל אויף אן ענין פון צדקה, וכמדובר כמה פעמים, ועוד והעיקר אז דאס איז אן אות המסוגל ביותר וביותר, אז ס'זאל זיין די גאולה האמיתית והשלימה תיכף ומיד ממש. ובנערינו ובזקנינו וועט מקויים ווערן דער ויקחל בפשטות, אז דער אויבערשטער קלייבט צוזאמען על ידי משה רבינו, וואס גואל ראשון און גואל אחרון, און דורך משה רבינו, וואס אין יעדער אידן קלייבט ער ארויס דעם מושב שבקרב כל אחד ואחת מישראל הייל, ביי אנשים ובי טף, און מאכט פון זיי אלעמען א קהל גדול יבואו הנה און ויהי רצון, אז מלקויים ווערן בפשטות, אז ס'זאל זיין דער ויקחל בפשטות, דער קהל גדול ישובו הנה לארצנו הקדושה, בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו, און דער ענין הצדקה וועט דאס נאכמער מזרז זיין און ממהר זיין
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions