Paragraph
Paragraph rh-fbdv0mfw
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-rkvej2cp
- order
- E
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דער אויבערשטער איז מקיים די הויפט מצוה וואס הענגט אפ פון דעם אויבערשטן אליין, און ער דארף זיי מקיים זיין, און דאס איז גואל זיין ארויסלייזן יעדער אידן און אלע אידן פון דעם גלות, און ברענגען תיכף ומיד די גאולה האמיתית והשלימה, ובפרט אז ס'קומט נאך אויך צו נאך א איד וואס ער איז געווארן מחוייב במצוות און גלייך אנגעהויבן פון א הוספה אין קיום אין קיום מצות הצדקה, וואס זי איז שקולה כנגד כל המצוות, ועל דרך זה האבן אויך געטאן די עלטערן זיינע און די קרובים, וכל הרוצים בטובתם. ומה טוב אויך אט די וואס האבן זיי מחנך געווען צי דאס איז א ראש-ישיבה אדער א מלמד, אדער אויך על דרך זה אויך צווישן די פרויען וואס זיי זיינען מחנכות און מדריכות אידישע קינדער, אז זיי זאלן לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, און די אלע זאכן קלייבן זיך צוזאמען אין איין גרויסע מצוה, וואס כאמור איז איר מקיים דער אויבערשטער, וואס דאס הענגט אפ בו דוקא, וכידוע דער ווארט פון נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער, אז ניט מיט אונזער רצון זיינען מיר געגאנגען אין גלות, און דער אויבערשטער מיט זיין רצון וועט אונז ארויסנעמען פון דעם גלות, בגאולה האמיתית
- proofread
- 0