עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

12 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1אין צוגאב צו די פריערדיקע וואונטשן וואס ס'איז דאך גענומען געווארן פון דער תורה, וואס תורה זאגט אן ואברכה מברכיך אז יעדער איד און אלע אידן דארפן בענטשן אלע אידן, און בכל המסטרך להם, וואס דאס איז די ברכה וואס דער אויבערשטער גיט איבער, דורך זיי וועט ער זיכער מקויים ווערן, קומט אויך צו, צוליב פארשידענע געלעגנהייטן, א ברכה מיוחדה, על אחת כמה וכמה די געלעגנהייט וואס מ'איז זוכה אז מ'ווערט א בר-מצוה אדער א בת-מצוה, וואס דעמאלט איז מען דאך מצוה ועושה, אנגעזאגט געווארן פון דעם אויבערשטן אליין, אויף מקיים זיין זיינע מצוות, איז דאך פארשטאנדיק די גרויסקייט פון דער זאך און דער גליק פון דער זאך און די שמחה וואס די זאך ברענגט, וואס דערפאר איז דאס אויך ווי דער מנהג, אז מ'פארבינדט דאס אויך מיט אן ענין פון צדקה, אז מ'וועט גורם-זיין א צדקה נאך א אידן, נאך א מקבל, ובפרט נאך אז מ'איז מוסיף והוא העיקר אין דער החלטה טובה, אין דעם פעסטן באשלוס, אויף מקיים-זיין יעדער מצוה און אלע מצוות, און אויך ווירקן

2אויף די אלע וואס ארום זיך וואס זיינען מחוייב במצוות, אז זיי זאלן מקיים זיין די מצוות אין וועלכע זיי זיינען מחוייב, וואס די אלע זאכן קלייבן זיך צוזאמען אלס זכיות פון יעדער אידן און פון אלע אידן און פון דעם גאנצן אידישן פאלק, אויף נאך מערער צוהיילן די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט דאך זיין דער קיום פון די אלע מצוות און פון יעדער מצוה, אין אן אופן מיוחד, אין א ספעציעלן אופן, כמצות רוצונך, ווי ער לעבט אין ספרים, ובפרט נאך אז ס'איז דאך מנהג ישראל וואס ווערט אלץ מער נתפשט, אז יעדער בר-מצוה אדער בת-מצוה אין דעם טאג פון זייער בר-מצוה אדער בת-מצוה זיינען נוסף גיבן פון זייער אייגענע געלט אויף צדקה, אדער נוסף אויב זיי גיבן בלאו הכי צוליב די געלעגנהייט פון דעם גרעסטן גליק פון ווערן א מחוייב במצוות, און מה טוב, אז זיי זאלן אזוי אויך טאן די עלטערן זייערע, און די באבעס מיט די זיידעס, און די עלטערע ברידער און די שוועסטער, און דאס אלץ ווערט פאראיינציקט נאך מערער יעדער אידן מיט אלע איבעריקע אידן, ובפרט דורך קיום המצוות און דורך לימוד התורה, ביז וואנענט אז

3דער אויבערשטער איז מקיים די הויפט מצוה וואס הענגט אפ פון דעם אויבערשטן אליין, און ער דארף זיי מקיים זיין, און דאס איז גואל זיין ארויסלייזן יעדער אידן און אלע אידן פון דעם גלות, און ברענגען תיכף ומיד די גאולה האמיתית והשלימה, ובפרט אז ס'קומט נאך אויך צו נאך א איד וואס ער איז געווארן מחוייב במצוות און גלייך אנגעהויבן פון א הוספה אין קיום אין קיום מצות הצדקה, וואס זי איז שקולה כנגד כל המצוות, ועל דרך זה האבן אויך געטאן די עלטערן זיינע און די קרובים, וכל הרוצים בטובתם. ומה טוב אויך אט די וואס האבן זיי מחנך געווען צי דאס איז א ראש-ישיבה אדער א מלמד, אדער אויך על דרך זה אויך צווישן די פרויען וואס זיי זיינען מחנכות און מדריכות אידישע קינדער, אז זיי זאלן לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, און די אלע זאכן קלייבן זיך צוזאמען אין איין גרויסע מצוה, וואס כאמור איז איר מקיים דער אויבערשטער, וואס דאס הענגט אפ בו דוקא, וכידוע דער ווארט פון נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער, אז ניט מיט אונזער רצון זיינען מיר געגאנגען אין גלות, און דער אויבערשטער מיט זיין רצון וועט אונז ארויסנעמען פון דעם גלות, בגאולה האמיתית

4והשלימה, ותוקף ומיד ממש, און גדולה מצוות הצדקה, אז זי היילט דאס אלץ צו, די הקדמה לפנימה הקדמה, און אין התרידות הכי גדולה, אז מ'האט תוקף ומיד נאך אין סיום פון יום הרביעי פון דער וואך פון פרשת שירה, ויהי בשלח פרעה את העם ובני ישראל יוצאים ביד רמה און מ'גייט ארויס תוקף ומיד ממש, בשירה וזמרה, פון דעם גלות, און מ'געפינט זיך אלע צוזאמען, ובפרט די מקיימי מצוות, בשמחה ובטוב לבב פרושם ובהתחלתם, בעוד והוא העיקר, לעיקבם אפילו כהרף איין מ'האט גלייך די גאולה האמיתית והשלימה, און די שליחות הצדקה וואס יעדערער פון אייך האט שוין נחליט געווען אויף צו געבן בקשר מיט דער בר-מצוה אדער-בת פון דעם טאג פון בר-מצוה אדער בת-מצוה, און מ'וועט נאך מוסיף-זיין בזה, נעמט ער אויך אויף זיך די קיום פון דער שליחות צדקה וואס מ'גיט איצטער, און זאל זיין דער קיום ממש, בשם נעשה לפניך כמצות רצונך יעדער איד און אלע אידן, און די ברע מצוות

5ונת מצוות בראשם, ותיכף ומיד ממש.

6אמען.

7ברכה בצלחה בצלחה בצלחה אדאך אין ארץ ישראל, הלכה בצלחה בצלחה, ס'איז דער קרוב ממש, וואס איז במשך דער ממין שלשדרש, הלכה בצלחה בצלחה בצלחה, און דער פובט מארי ברכה בצלחה,

8צדקה והצלחה.

9למעיין שבט הלבא בן יתר פון דעם. און ס'קען דאס אויף צדקה פאר אים, פאר מה דפיל ושלבל. איר זאל געבן דאס? צי איר דאס? ניי, איר קענט דאס געבן פאר אים אויף צדקה, דער ברכה והצלחה. ברכה והצלחה.

10און וועלן זיין בשעה טובה ומוסלחת. ברכה והצלחה. הצלחה והצלחה.

11השלחה והשלחה, צי דער זינטער, ברכה וצלחה, און ס'איז נאך שיחת פרוטה, וסחו ושיחת פרוטה ונח,"' ס'איז ניט קיין סיי ניטא? ס'זאל זיין בזכרון בודשון, ער האט דא לבשר במושך, אין הסדר רבו, אין דער ברכה והשלחה. די גבירות וועלן קיין פארשטאנדיק פון אמן בצורות טובות, און בהצלחה רבה. אמן בצורות טובות.

12צו די בר-מצורים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions