עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-fbapg4mr

kind
paragraph
order
K
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
האט דאך אן ענין פון אריכות ימים ושנים טובות נאך מערער ווי מאה ועשר שנים, און מ'געפינט זיך אויך בנוגע צו יצחק'ן, איז דאך געווען מאה ושמונים שנה, און מ'זוכט אויך א הסברה, ווי קומט דאס, אז אברהם האט ניט געהאט דעם זעלבן מספר שנים איז דאס כדי ס'זאל זיין סיבה טובה וכו כמבואר אין מדרשים ומדובר כמה פעמים בזה. וואס דאס איז אויך יש לקשר זה, אין די כללות העבודה איז דאך דא צוויי אופנים אין עבודה וואס זי איז, אז בעיקר ארבעט מען אין דעם ענין אין וועלכן מ'האלט, און דערנאך איז דא א צווייטער סארט עבודה, אז יעדער ענין וואס מ'האט זוכט מען מעגלעכקייטן ווי אזוי קומט מען פון אים צו א הליכה צו אנדערע ענינים, צו נאך ענינים וכו וואס בכללות איז דאס צוויי באזונדערע סוגיא עבודה, וואס איינע פארלאנגט, אז מ'זאל האבן דעם תוקף הכי גדול ווען ער שטייט במקומו, וואס אין לשון קודש, ניט אשר יקבו לו בלשון הקודש, איז בשעת ער איז אין אן אופן פון מעמד ומצב פון נצב, איז אט דעמאלט וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט נצב מלך האט ער אים תוקף אין דעם ענין אין וועלכן ער איז זיך עוסק, אז דארט זאל ער שטיין מיט א תוקף הכי גדול, עד כדי כך אז ער ווערט דארט תוקף פון א מלך, וואס אמר מלכא עקר טורא אז דאס איז מבטל אלע רמייל מניעות ועיכובים, ואדרבא ס'קומט דורך דערויף צו די גדלות המלך בגלוי, אז מ'זעט אז אפילו א טורא, וואס תורה רופט אים אן בשם טורא א הר גבוה איז ווערט ער אויך עקר טורא. וואס דאס איז בכללות די מצב העבודה פון נצבים בפני עצמם. דערנאך איז דא דער מצב העבודה וואס ס'שטייט בעיקר, אז יעדער ענין בא וועלכן ער האלט, זוכט ער וועגן ווי אזוי קען מען פון דעם ענין אוועקגיין און צוקומען צו נאך אן ענין, און בכללות איז דאך דאס פארבונדן אויך א צוקומען ניט צו סתם צו אן ענין, נאר וואס דען צו אן ענין וואס ער איז נאך למעלה פון דעם פריערדיקן ענין, במילא
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions