transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1דא? און דערנאך איז פארקערט די ישיבות בפועל, און מ'האט געפעט זיך איבערגעגעבן א פיינט, ביי נאך, וואס דעמאלט איז מען די לעצטע טעג בכלל, איז דאס א זמן פון מאכן התוועדות חסידות ובפרט נאך אז ס'איז אויך פארבונדן מיט א שמחה הכי גדולה, חתונה פון נשיא דורנו, וואס דאס איז דאך אין די אמצע פון די שבע ברכות, און דא קומט אויך בהמשך צו דער חתונה פון זיין פאטער, וואס ער איז געווען זיין בן יחוד און זיינען מעלה-מקום וכו,' און וואס דאס קומט אין די איינע אין די דריי טעג פון דעם צווייטן, וואס דאס איז נאכמער מחזק דעם ענין פון בג' פעמים, הלה חזקה, על דרך ווי מ'זאגט אין מקום, אז בשעת ס'איז דריי טפחים, אדער על דרך זה, איז דאס דעמאלט כלבוד דמי, ס'איז דער זעלבער ענין, דער זעלבער המשך, פון מקום לערנט מען אפ אויך בנוגע צו זמן, וכמבואר בכמה מקומות, אז זמן ומקום גייען צוזאמען. איז דאך אויך פארבונדן מיט פתיחתא חא פארבינדונג אויך מיט פרשת השבוע, וואס דאס איז דאך א כופל'דיקע פרשה, נצבים וילך, על דרך ווי מ'זאגט אז חי אלול איז אויך פארבונדן מיט א צווייענדיקע זאך, אז דאס איז דער יום הולדת פון בעל שם טוב לאחרי זה, בכמה שנים לאחרי זה, אבער בהמשך לזה איז אויך דער יום הולדת פון דעם אלטן רבי'ן, וואס יש לומר, אז דאס איז דאך אויך פון יעדער ענין
¶2דארף מען דאך אפלערנען לתקן הדעות, אן ענין אין עבודה של כל אחד ואחת, ביז ווי כמדובר כמה פעמים איז דאס סיי אנשים און סיי נשים, סיי אפילו פון טף, וואס ווי אלע ענינים קען מען דאך געפינען לייכט אותיות, ווי אזוי דאס מסביר זיין, אז אפילו א קטן אדער א קטן שבקטנים אדער א קטנה שבקטנים זאל אויך קענען פארשטיין על כל פנים דעם ענין אין נקודתו הכללית, במילא וועט דאס אבער אויך אריינברענגען א חיות נוסף אין די חיות פון זיינע אדער אירע פעולות פון די קטן שבקטנים און קטנים שבקטנים, אויף גרייטן זיך, אז דערנאך זאל זיין גם כי עזקין, לא יסור ממנו. וכמדובר כמה פעמים, וואס דאס איז אויך כולל אין זיך אריכות ימים, ברכה פון אריכות ימים ושנים טובות, אז דורך דערויף וואס מ'האט דעם ערשטן האלבן פסוק, חנוך לנער על פי דרכו, האט מען דערנאך אויך די הבטחה, אז ער וועט דאס קענען אזוי פירן זיך א ריבוי שנים, און צוזאמען דערמיט גייט אויך די הבטחה, אז צוליב דאס קענען דורכפירן א ריבוי שנים, איז דאך דאס פארשטאנדיק, אז דאס פרענגט מיט זיך אויך די ברכה פון כי יזקין.
¶3האט דאך אן ענין פון אריכות ימים ושנים טובות נאך מערער ווי מאה ועשר שנים, און מ'געפינט זיך אויך בנוגע צו יצחק'ן, איז דאך געווען מאה ושמונים שנה, און מ'זוכט אויך א הסברה, ווי קומט דאס, אז אברהם האט ניט געהאט דעם זעלבן מספר שנים איז דאס כדי ס'זאל זיין סיבה טובה וכו כמבואר אין מדרשים ומדובר כמה פעמים בזה. וואס דאס איז אויך יש לקשר זה, אין די כללות העבודה איז דאך דא צוויי אופנים אין עבודה וואס זי איז, אז בעיקר ארבעט מען אין דעם ענין אין וועלכן מ'האלט, און דערנאך איז דא א צווייטער סארט עבודה, אז יעדער ענין וואס מ'האט זוכט מען מעגלעכקייטן ווי אזוי קומט מען פון אים צו א הליכה צו אנדערע ענינים, צו נאך ענינים וכו וואס בכללות איז דאס צוויי באזונדערע סוגיא עבודה, וואס איינע פארלאנגט, אז מ'זאל האבן דעם תוקף הכי גדול ווען ער שטייט במקומו, וואס אין לשון קודש, ניט אשר יקבו לו בלשון הקודש, איז בשעת ער איז אין אן אופן פון מעמד ומצב פון נצב, איז אט דעמאלט וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט נצב מלך האט ער אים תוקף אין דעם ענין אין וועלכן ער איז זיך עוסק, אז דארט זאל ער שטיין מיט א תוקף הכי גדול, עד כדי כך אז ער ווערט דארט תוקף פון א מלך, וואס אמר מלכא עקר טורא אז דאס איז מבטל אלע רמייל מניעות ועיכובים, ואדרבא ס'קומט דורך דערויף צו די גדלות המלך בגלוי, אז מ'זעט אז אפילו א טורא, וואס תורה רופט אים אן בשם טורא א הר גבוה איז ווערט ער אויך עקר טורא. וואס דאס איז בכללות די מצב העבודה פון נצבים בפני עצמם. דערנאך איז דא דער מצב העבודה וואס ס'שטייט בעיקר, אז יעדער ענין בא וועלכן ער האלט, זוכט ער וועגן ווי אזוי קען מען פון דעם ענין אוועקגיין און צוקומען צו נאך אן ענין, און בכללות איז דאך דאס פארבונדן אויך א צוקומען ניט צו סתם צו אן ענין, נאר וואס דען צו אן ענין וואס ער איז נאך למעלה פון דעם פריערדיקן ענין, במילא
¶4ווערט דאס א הליכה אין אן אופן של עלי.' און דערנאך איז דא אין נאך א דריטער אופן העבודה, אז מ'האט די ביידע ענינים צוזאמען, סיי נצבים און סיי וילך, אין דער זעלבער וואך, וכמוזכר כמה פעמים, אז מ'פרעגט וואס פאר א וואך איז דאס? זאגט מען גלייך, אז דאס איז פרשה נצבים וילך בהמשך אחד, אף על פי וואס לכאורה איז דאך דאס צוויי מצבים הפכים, צי ער איז זיך עוסק אין מסכתא דקי'בו, אדער ער גייט דוקא פון איין מסכתא אין דער צווייטער מסכתא, הלכו מחיל אל חיל, און דא זאגט מען, אז א איד האט אויך בכחו, אז ער זאל ארבעטן אין די ביידע ענינים, אין דעם זעלבן מקום און אין דעם זעלבן זמן, ביז וואנענט אז די גאנצע וואך ווערט אנגערופן, כאמור, אז דאס איז א פרשה וואס יעדער רגע פון דער וואך, אפילו דער ערשטער טייל פון וואך, בשעת מ'לייענט דאס בתורה, לייענט מען דאך דאס על הסדר, וואס דער סדר על פי התורה און ווי א סדר הכי פשוט איז, אז פריער האט מען נצבים, דערנאך קלאפט מען זיך אן מיט כוחות הכי גדולות והכי תקיפים והכי נצבים, ווערט ער בדוגמא פון א מלך, און במילא גייט זיין עלי'ביתר שאת וביתר עוז, אויך אין זריזת עלי'וכו.'
¶5דערנאך איז דא א מעמד ומצב וואס מ'דארף האבן ביידע ענינים, וואס דאס איז פארבונדן מיט א קביעות השנה ווען מ'האט נצבים וילך צוזאמען. וכמדובר, אז ס'איז ניט דער פשט ווי על דרך פון די קריאת התורה, אז פריער דער ערשטער טייל פון דער וואך האט מען נצבים, און דער טייל האט מען וילך, און דער שינוי איז מערניט אין דערויף וואס דאס איז אין דעם זעלבן שבת באקומען זיי מתברכ און אין דעם זעלבן שבת ווערט זייער שלימות, נאר ס'איז אזוי די ערשטע רגע פון דער וואך פון נצבים וילך האט שוין אין זיך די נתינת-כח, אז ס'זאל זיין די עבודה אין יעדער נקודה אין אן אופן פון נצבים וילך. וואס דאס איז אויך פארבונדן, בשעת מ'גיט צדקה, האט מען דאך אויך אן ארט אויף מרבה זיין נאך מער בצדקה, וואס בכלל איז דאך חודש אלול, כמוזכר לעיל, פארבונדן מיטן ענין פון מרבים בצדקה, על אחת כמה וכמה אז מ'האט אויך א הסברה, און מ'פען דאס אויך פארבינדן מיט פרשת השבוע, אז בעצם איז דאס צוויי באזונדערע ענינים אין עבודה, און צוויי באזונדערע סדרות אין דעם מספר הסדרה שבתורה, און צוויי באזונדערע הפטירות וואס יעדערער האט בפני עצמה, ביחד עם זה איז אויך דא אמאל הזמן וואס דאס איז בפרט בשנה זו, וואס דעמאלט האט מען בכל רגע ורגע כמדובר בשבוע זו ושבוע זה, האט מען אז יעדער רגע האט נצבים וילך ביחד, במילא איז אויך פארשטאנדיק אז דער רגע שלאחרי זה, וואס דאס קומט דאך אלס א המשך פון אן עלי'פון די רגע שלפני זה, אן עלי'אין דעם זעלבן ענין טאקע, אבער אין אן אופן פון עלי בויט מען די נצבים אויף דעם סיום פון דער פריערדיקער עבודה, וואס דער סיום שלה איז וילך, במילא ווערט דער נצב אויך אין אן אופן פון א העכערן אופן, א העכער התחלה וכו,' און דערנאך האט מען דעם וילך פון דעם צווייטן רגע, על דרך זה האט מען די נצבים וילך פון דעם דריטן רגע, וואס דעמאלט ווערט דאס אויך די ג'פעמים
¶6אהבה חזקה נאך אמאל, און נאך אין אן ענין ביז אין דריי ענינים, וואס דעמאלט האט מען נאכמער די חזקה בתוקף. ועוד והוא העיקר, אז וויבאלד אז מ'פארבינדט דאס אט די טעג במיוחד, ובפרט אז מ'איז אריין שוין אין התחלה פון חיי אלו, וכידוע דער פתגם פון נשיא דורנו, אז דאס ברענגט אריין חיות אין אלע ענינים פון אלו, וואס דאס איז דאך כולל דער ג'קוין ג'תורה עבודה וגמילות חסדים
¶7התשובה, און דער ענין פון קו הגאולה, כמדובר כמה פעמים, הויבט מען אן דעם צווייטן נצבון, לאחרי אז מ'האט שוין אויך דעם וילך, א יסוד פון דעם ערשטן נצבון, ועל דרך זה אויך דעם דריטן, און דערנאך הולך מחיל אל חיל ביז יראה אל אלקים בציון. און בפרט נאך אז מ'האפט דאך, און מ'איז דאך זיכער, אז ניט אחכה לו בכל יום שיבוא, וואס ער וועט קומען בפועל ממש, און דוקא אין דעם חיי אלו בשנת תשמ",ט, און ניט אפלייגן דאס אויף מארגן אינדערפרי, נאך ביינאכט, בפרט נאך אז מ'האט שוין געזאגט דעם ועך צדיקים יודו לשמך ישבו ישרים את פניך וועט אויך דער כפליים לתושי אין די שליחות אויף צדקה, מוסיף זיין אויך אין דער זריזות, אז אין דער נאכט פון חיי אלו תשמ'ט, דארף מען דאס ניט ווארטן אויף חצות, אפילו ניט א שעה הקרובה לחצות וכו'בזה, ס'איז גענוג אז מ'איז שוין אריין מיט תפילת המעריב, און תפילת המעריב האט מען מסיים געווען, כאמור, מיט ישבו ישרים את פניך און ניט קוקנדיק וואס דאס איז א הליכה, מחיל אל חיל קומט דאס צוזאמען מיט א התיישבות, על דרך ווי די גמרא זאגט, אז וויבאלד אז דאס איז א נשיא על פי הוי ווערט דאס אנגערופן בשם חני', וכמדובר כמה פעמים, ווי אזוי פון יעדער ענין דארף מען אפלערנען אן ענין אין עבודת הוי על אחת כמה וכמה, אז וויבאלד אז מ'דארף איז דאך א דבר הפשוט, אז מ'גיט די כוחות, ובפרט אין זמן רצוא, וואס המלך בשדה און מ'געפינט זיך שוין אין דעם צווייטן העלפס פון חודש אלול, המשך פון די שבע ברכות פון שמחה, וואס דאס איז דאך אויך די הקדמה אז מהרה ישמה וערי יהודה בחוצות ירושלים, קול חתן וקול כלה, ביז די נישואין פון הקב",ה מיט כנסת ישראל, כמדובר כמה פעמים. ועוד והוא בעיקר, אז די אלע ענינים זאלן זיין אין א זריעות הכי גדולה, און אין א פרשה לצדקה זאל מען נאכמערער אין דערויף מאכן די זריעות נאך גרעסער,
¶8אז, כאמור, וויבאלד אז מ'האט שוין גערעדט וועגן אך צדיקים יודו לשמך יושבו ישרים את פניך האט מען, ווי מ'האט דאס געזאגט אין א תפילה, און אין א מקום תורה, און א מגדלין בו תורה, און מגדלין בו תפילה, ו מגדלין בו מעשים טובים זאל דאס זיין בפועל. און דערנאך וועט מען האבן דער ילכו מחיל אל חיל אויך אין אן אופן אז ס'איז דא דער וילך, און גלאט פון דעם וילך ווערט א חניה, ווערט דאס א נצבים נאך א העכערע, און גלאט נאך דערויף ווייטער א וילך און ווייטער א נצבים און ווייטער א וילך, בג'פעמים ביז צו מקדש השלישי, אז מ'שטייט אתם נצבים כולכם היום, און ווי מ'רעכנט דערנאך אויס לפני הוי'אלקיכם, און מ'רעכנט דערנאך אויס די אלע עשר חלוקות וואס זיי זיינען דאך שוין פארבונדן מיט תכלית השלימות אין עשירי, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט סגולה האמיתית והשלימה, ועוד והוא העיקר, אז דאס איז תיכף ומיד ממש.