עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-fakx7ybb

kind
paragraph
order
d
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ובמיוחד די חברים מיט וועלכע מ'לערנט צוזאמען בחברותא אדער שנים שיושבים ועוסקים בתורה, אדער שלשה אדער חמשה אדער עשרה אדער העמידה תלמידים הרבה, א ריבו גדול וואס עוסקים ביחד, אף על פי וואס כדי צו זיך מעמיק זיין דארף מען האבן מנוחת הנפש, כמדובר כמה פעמים, וואס דאס קומט דוקא ווען דערנאך געפינט מען זיך פאר זיך אליין, און מ'טראכט נאכאמאל איבער, ביתר שאת וביתר עוז, די ענינים וועגן וועלכע מ'האט גערעדט בפלפול חברים ובשקלא וטריא וכו'וכו כמדובר כמה פעמים. ויהי רצון, אז פון דעם דיבור אין די אלע ענינים זאל נאכמער צוקומען אין לימוד בפועל, סיי פון נגלה דתורה סיי פון פנימיות התורה, און הפצה בפועל, סיי פון נגדה דתורה סיי פון פנימיות התורה, און דעמאלט וועט זיין דער יפוצו מעינותיך חוצה כמדובר כמה פעמים בפועל ממש, וועט זיין תיכף ומיד ממש דער ביאת דוד מלכא משיחא, ביאת מלכא משיחא וביאת משיחא, כמדובר כמה פעמים תיכף ומיד ממש,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions