transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1מ'קומט דאך איצטער פון שבת פרשה בראשית, און ידוע דער אנזאג און נתינת-כח פון נשיא דורינו, אז בראשית בשביל התורה שנקראת ראשית ובשביל ישראל שנקראים ראשית, און ווי ער זאגט אין תנא דבי אליהו, אז פון די צוויי איז אויך מחשבתן של ישראל קרבןו לכל דבר, ולמחשבתו של תורה. און דאס ווערט ביז וואנענט אז דאס ווערט נרמז אין דעם זעלבן ווארט, בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ משא'כ אויף תורה געפינט מען דאך, אז ס'איז געווען צוויי באזונדערע צייטן. די ערשטע צייט איז געווען ווי תורה איז געווען בשמים, און דערנאך איז מען געווען מן השמים ישמיעך את כלו, וואס דאס איז דער ענין פון די עשרת הדברות און נתינת התורה למטה דוקא, און פון דעמאלט אן איז תורה לא בשמימי נאר דוקא בארץ. משא'כן בנוגע צו יעדער אידן און אלע אידן, אנשים און נשים און טף, זיינען זיי דאך ביידע, ווי דערמאנט פריער, אז בשביל ישראל שנקראים ראשית איז באשאפן געווארן סיי שמים
¶2און סיי ארץ און סיי אשה שמים און סיי אשה ארץ איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז קודם לכל דבר אויך אין די ענינים, במילא איז דאס אויך קודם לכל דבר, אז יעדער תלמיד וואס לערנט תורה און יעדער קינד וואס לערנט תורה, און אפילו א קליין קינד וואס לערנט אלע בית, וכמדובר כמה פעמים, האט ער די הבטחה פון תורת אמת, אז ער וועט האבן כל המסטרך לו פון דעם אויבערשטן אליין באזארגן טאקע דורך זיינע עלטערן, וואס זיי זיינען דעם אויבערשטנ'ס שותפים און האבן קינדער, כביכול, און דערנאך אבער מאכט ווי דער אויבערשטער זיי אויך איבער זיין טייל אין דער שליחות, אין דעם ענין, אז די עלטערן זאלן צושטעלן צו די קינדער סיי ענינים וואס זיי דארפן האבן ברוחניות, סיי ענינים וואס זיי דארפן האבן בגשמיות, ברוחניות אפילו וואס איז ניט פארבונדן מיט לימוד התורה, איז דאך אבער אויך דא ענינים רוחניים, פארבונדן מיט מנוחת הנפש ומנוחת הגוף, ווי עניני התפילה און עניני הבקשה, און בקשה סיי צו דעם אויבערשטן, און זיי ווי א קינד בעט בא די עלטערן, אז זיי זאלן אים העלפן
¶3בכל עניניו, און יהי רצון, אז פון דעם דיבור בכל ענינים אלו זאל צוקומען בא יעדערן פון תלמידי הישיבות דא, און בא יעדערן פון תלמידי הישיבות בכל מקום שהם, אז זיי זאלן לערנען כל התורה כולה, און ווי דער דיוק בזה, אז דאס מיינט מען כל התורה כולה בפשטות, במילא לערנט מען, וויבאלד אז אסתכל באורייתא וברא עלמא, וואס עלמא איז דאך כולל בפשטות סיי שמים און סיי ארץ און סיי צבאיהם, איז דאך דא בשעת א איד איז אסתכל באורייתא לערנט תורה, ובפרט אין תורה עצמה, אין די ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט עולם הזה התחתון, איז אט דעמאלט איז ער ממשיך, על ידי לימוד התורה איז ער ממשיך תוספות פרכות השם בכל עניני העולם, סיי שמים און סיי הארץ וכל צבאיהם, ולכל לראש אין די אלע ענינים אין וועלכע ס'נויטיקט זיך די ישיבות אין וועלכע זיי לערנען, און אין וועלכן זיי נויטיקן זיך אליין גשמיות'דיקע און רוחניות'דיקע זאכן, כדי זיי זאלן האבן מנוחת הנפש און מנוחת הגוף, און קענען לערנען תורה מתוך מנוחה אמיתית.
¶4אזא מןוחה וואס ס'העלפט זיי נאך ארויס, איז דאך דא אזא מןוחה וואס איז גורם אויף אנטשלאפן ווערן, בא זיי פארקערט, איז דאס אזא מןוחה וואס ס'איז בא זיי גורם, אז זיי זאלן האבן נאך מערער א טיפערן שכל, נאכמערער א גרעסערן שכל, און נאכמערער א ברייטערן שכל, וכמדובר כמה פעמים. ועוד והוא העיקר, אז וויבאלד אז מ'שטעלט זיך אוועק, אין פרשה בראשית, ובפרט אין שבת פרשה בראשית-אזוי גייט דאס דערנאך כל השנה כולה, אנהויבנדיק אז אזוי גייט דאס בכל התורה כולה, וואס פרשה בראשית איז די ערשטע פרשה וסדרה פון כל התורה כולה. און יהי רצון, אז יעדערער פון אייך זאל מוסיף זיין אין לימוד כל התורה כולה, כמוזכר לעיל, אנהויבנדיק פון האבנדיק א קביעות עיתים אין לימוד הרמב,"ם, וואס ער איז דאך כולל כל התורה כולה, און ווי דער אלטער רבי איז מאריך אין דער מעלה הכי גדולה פון ידיעת כל דיני התורה כולה, וכמדובר כמה פעמים.
¶5עיקר, אז בכלל אין תורה עצמה איז דאך על-דרך ווי שמים זיי זיינען דאך משפיע אין ארץ, און דורך דערויף איז די ארץ מצמיחה פירות, און פירות נעימים און פירות וואס זיי זיינען נוגע צו דער גאנצער וועלט, ומתוך שמחה וטוב לבב אזוי איז אויך בדוגמא לזה דער חילוק פון לימוד תורה שבכתב און תורה שבעל פה, תורה שבעל-פה עצמה דער חילוק אין דעם לימוד המשנה, וואס ס'איז א לשון קצרה וברורה, און וויבאלד אז דאס איז א קצרה, און מ'דארף דאך וויסן אויך די שקלא וטריא שבדבר במילא מוז מען האבן דער ענין פון לימוד הגמרא, און דוקא באריכות און דוקא בפלפול וכו.' און יהי רצון, איר זאלט לערנען תורה, כאמור, כל חלקי התורה, וואס דאס איז פארבונדן אויך מיט אויספירן ווי דער אלטער רבי וויל אויך לימוד כל התורה כולה, וואס דאס איז דאך אן ענין וואס האט על פי זה א הגבלה, און די הגבלה קענען מקיים זיין בפועל, דורך וויסן דורך לערנען דעם רמב",ם אין אן אופן אז מ'איז אים מסיים מתחילתו
¶6ועד סופו, על דרך ווי מ'האט ערשט מסיים געווען אין התחלת שבוע זה דעם לימוד פון איינעם פון די מחזירים אין רמב,"ם, און מ'האט גלייך אנגעהויבן בהמשך נאכאמאל מיט תחילת הרמב,"ם, און דערנאך אויך על מנת לסיימו במשך פון די שנה הבאה, וויבאלד אז מ'לערנט ווי נתפשט המנהג פון ג'שלשה פרקים ליום איז מען דאך מסיים בכל שנה ושנה, על כל פנים פעם אחת דעם רמב",ם. און יהי רצון איז זאל מען נאכמערער מוסיף זיין אין התמדה ושקיעה, אין שיעורים בתורה, און נאכמערער לערנען תורה אן קיין שיעורים און אן קיין מדידה והגבלה, נאר אפילו אז מ'כאפט זיך אויף אין מיטן שלאף איז וועגן וואס טראכט מען, און נאכמערער, אפילו אין שלאף וואס חלום זיך, חלום זיך אן ענין אין תורה, כולל אויך אן ענין אין פלפל התורה. און ויהי רצון, כמדובר כמה פעמים, מ'זאלט נאכמערער מוסיף זיין בפשטות אין התמדה ושקידה אין לימוד התורה בנגלה, און לימוד התורה בפנימיות התורה, וואס איז דאך דא סיי בנוגע צו משנה און סיי בנוגע צו גמרא,
¶7און אין לימוד התורה בפנימיות איז דאך אויך דא סיי בנוגע צו תורה שבכתב סיי בנוגע צו תורה שבעל-פה, און נאכמערער, ס'איז דאך דא וואס מ'האט יעדערן פון אייך געגעבן א כח, אז ס'זאל זיין לאפשה לו אויף מחדש זיין אין תורה, ביז וואנענט ווי מחדש זיין אין אן אופן אז אויף דערויף זאל חל זיין דער נאמען אז דער איז א תלמיד ותיק, און ער האט געמאכט א חידוש אמיתי בתורה, ובפרט נאך כמינהו לאחרונה, אז מ'איז זיך משתדל אויף די זאכן צו וועלכע אויף וועלכע מ'הארעוועט און מ'קומט לידי שקלא-וטריא אמיתית, מיוסדת על כללי התורה זאל מען דאס אויך מפרסם זיין אין אן אופן בכתב אדער בדפוס, וכבדובר כמה פעמים בנוגע צו דעם מנהג אין שנים הכי אחרונות.
¶8דער סיום הרמב,"ם, אז דער לומד התורה ווערט אינגאנצן נכסא ובטל אין דעם ענין שהוא לומד, נאך מערערער ווי דעם יחוד נפלא וואס דער אלטער רבי רעדט וועגן דערויף אין ספר התניא בתחילתו, איז דאך דא נאך א העכערער אופן, וואס דאס איז אין לימוד התורה בכלל, אין דערויף גופא א העכערער אופן ווען דאס איז כמים לים מכתים ס'איז נאך העכער ווי דער יחודו נפלא ווי ס'רעדט זיך בפשטות אין דעם פרק אין תניא, האט מען אויך דעם לימוד אין אן אופן אז דער לומד ווערט אינגאנצן בטל, ניט ער איז מיוחד אין א יחוד נפלא, נאר ער ווערט אינגאנצן בטל, על דרך פון כעמים לים מכסים אז מ'זעט ניט דעם ים, מ'זעט מערניט ווי די מים, אזוי אויך אז מ'גיט א קוק אויף אן אמת'ן ישיבה בחורה זעענט מען די אמיתית המציאות שלו, אז דאס איז א מציאות פון תורה, און די מציאות פון תורה ווערט כמים לים מכסים בנוגע צו עולמו, צו חייו, אלס א תלמיד פרטי במיוחד, און ער איז משפיע אזוי אויך אויף זיינע חברים, שמהם יראו וכן יעשו,
¶9ובמיוחד די חברים מיט וועלכע מ'לערנט צוזאמען בחברותא אדער שנים שיושבים ועוסקים בתורה, אדער שלשה אדער חמשה אדער עשרה אדער העמידה תלמידים הרבה, א ריבו גדול וואס עוסקים ביחד, אף על פי וואס כדי צו זיך מעמיק זיין דארף מען האבן מנוחת הנפש, כמדובר כמה פעמים, וואס דאס קומט דוקא ווען דערנאך געפינט מען זיך פאר זיך אליין, און מ'טראכט נאכאמאל איבער, ביתר שאת וביתר עוז, די ענינים וועגן וועלכע מ'האט גערעדט בפלפול חברים ובשקלא וטריא וכו'וכו כמדובר כמה פעמים. ויהי רצון, אז פון דעם דיבור אין די אלע ענינים זאל נאכמער צוקומען אין לימוד בפועל, סיי פון נגלה דתורה סיי פון פנימיות התורה, און הפצה בפועל, סיי פון נגדה דתורה סיי פון פנימיות התורה, און דעמאלט וועט זיין דער יפוצו מעינותיך חוצה כמדובר כמה פעמים בפועל ממש, וועט זיין תיכף ומיד ממש דער ביאת דוד מלכא משיחא, ביאת מלכא משיחא וביאת משיחא, כמדובר כמה פעמים תיכף ומיד ממש,
¶10און דערנאך וועט מען האבן אויך דער לימוד התורה פון דעם אויבערשטן אליין, תורה חדשה מאיתי תצא, און הולך מחיל אל חיל ביז יראה אלא אלקים בציון בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו ולומדי תורה בראשם, און די מפיצין לימוד התורה דראשם, גדול המעשה יותר מן העושה, ומתוך שמחה וטוב לבב וועט מען ממשיך זיין צוזאמען בארצנו הקדושה, און דארטן בירושלים עיר הקודש, און דארטן גופא אין מהר הקודש, וואס דארט איז געווען די לשכת הגזית, וואס דארט איז דאך געווען דער ארט פון די לומדי תורה ופוסקי תורה די סנהדרין גדולה, און ס'וועט זיין תיכף ומיד אשיבה שבטייך הראשונה וירצייך כבתחילה תיכף ומיד ממש, אז חוזרין, ווי דער רמב'ם ברענגט אראפ אלס פסק דין, אז חוזרין לטברי און דערנאך איז תיכף קערט מען זיך און מ'געפינט זיך אלע צוזאמען אין ארץ הקודש עצמה, ירושלים עיר הקודש, ובהר הקודש, ובלשכת הגזית, וואס דאס איז דאך על צד,
¶11פון מקדש אדנ'כוננו ידיך צוזאמען מיט די אבן שתי'וואס דארט געפינען זיך די לוחות ראשונות, און די לוחות אחרונות, און די שברי לוחות, וואס דאס איז דאך די מעלה פון בעלי תשובה, און עתיד אתבא צדיקייא לא תיובתא די אלע זאכן צוזאמען.
¶12לארצנו הקדושה, ירושלים עיר הקודש וצו לשכת הגזית, ותוקף ומיד ממש, און די נתינת און שליחות לצדקה, מ'זאל נאכמערער צוהיילן די אלע ענינים, און מ'וועט תוקף ממשיך זיין, מ'געפינט זיך דאך ביום השלישי, און די שנת וואס כאמור לעיל איז דאס א שנת פון הי'תוהי שנת נפלאות בה, און נפלאות בקול מקול קול, און זיכער אזוי די גימטריא פון בא קול מקול קול איז דאך בגימטריא קבץ וועט דאס זיין די קיבוץ גליות בפשטות, און קיבוץ גליות למקום העיקרי, אז אף על פי וואס חוזין בתחילה לטברי וואס דארטן איז דאך חוזר די סנהדרין איז דאך דערנאך תיכף ומיד קומט מען אין ירושלים, צוזאמען מיט כלל ישראל, הלו כמדובר כמה פעמים, און בנערינו אויך ובזקנינו, און אויך בבנינו און אויך באבנותינו, והוא העיקר, אז תיכף ומיד ממש, בגאולה האמיתית והשלימה בארץ ישראל לבירושלים עיר הקודש, ובהר הקודש, ובלשכת הגזית, און אין לשכת ביז אין קודש הקדשים, מיט אבן שתייה
¶13שוממנה הושתת כל העולם כולו ווערט נתפשט שוין איצטער דער לימוד פון פנימיות התורה און דער לימוד פון נגלה דתורה בכל התורה כולה האלט דאס נאך מערער צו, ובפרט ביחד מיט דער שליחות לצדקה, האלט דאס צו, אז ס'זאל זיין תיכף ומיד כל ינים אלו, במקום העיקרי ובזמן העיקרי, וואס דער זמן העיקרי איז תיכף ומיד, ווארום כלו כל הכסים און ס'איז שוין דא דער עמדו הכן כולכם און אלץ צוגעפוסט, און עמדו הכן כולכם אין אן אופן בתכלית השלימות, האט מען דער תכלית השלימות אין גאולה האמיתית והשלימה למטה מעשרה טפחים, און מ'איז הולך מחיל אל חיל ביז אל אלקים בציון, ועוד ועיקר תיכף ומיד ממש.