Paragraph
Paragraph rh-fa901eh3
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-2xjm1qtv
- order
- 36
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אויף זה איז דאך דער סדר, ווי יעדער יאר אין דער צייט אן ערך, אז ס'ענדיקט זיך דער זמן וואס מ'געפינט זיך מחוץ לעיר, אין א קעמפ, אדער כיוצא בזה, און מ'קערט זיך אום צוריק א היים, במילא דארף מען זיך גרייטן צו די טאג-טעגליכע אויפפירונג, און בנוגע צו קינדער, לכל לראש, אויף גרייטן זיך צוגיין אין א ישיבה, אדער תלמוד תורה, אדער ישיבה קטנה וכיוצא בזה, כדי צו זיין אמת'ע תינוקות של בית רבן, אידישע קינדער וואס לערנען דעם אויבערשטנ'ס אידישע תורה, און ברענגען דאס דערנאך מיט זיך אויף דעם גאנצן לעבן, אנהויבנדיק נאך, נאך זייענדיק אלס קינדער, אין דער הויז פון זייערע עלטערן, און גיין אין די אלע זאכן. וויבאלד אז יעדער טאג האלט מען דאך אין וואקסן, איז אויב מ'וואקסט בגשמיות, בפשטות, דער גוף וואקסט, איז דאך א זיכערע זאך, אז דאס וואס באלעבט דעם גוף און מאכט אים וואקסן, וואס דאס איז דאך די נשמה, דארף מען טאן אלץ וואס הענגט אפ אן זיך, סיי ער וואקסענע
- proofread
- 0