Paragraph
Paragraph rh-f9d04wcb
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-3ggh6nz8
- order
- A
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אן ענין פון חורב, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט מתן תורה, איז דאך פארבונדן אז סחור, ווי דערמאנט, אז תורה איז ניתנו מחורב, און מיט אלע רמזים בזה וכו'וכו, ועוד והוא העיקר, אז מ'דארף ניט האבן קיין רמזים, אז וויבאלד אז מ'זאגט וועגן אז דאס איז חורב דארף מען א אידן ניט דערמאנען וואס האט ער פאר א שייכות צו חורב, וויבאלד אז בכל יום ויום איז יהיו בעיניך כחדשים און נאכמערער חדשים, און חדשים ממש, איז גלייך אז מ'זאגט וועגן חורב זאגט מען דאך גלייך אויך, אז וואס איז געווען בחורב איז דארט איז געווען דער ענין פון מתן תורה, איז דאס נאכמער שייך און נאכמער מודגש מצד דערויף וואס דאס איז בתורה שבכתב און א פסוק מפרש, ובפרט נאך ווי מבואר אין חסידות, אז דער ענין פון אחד עשר יום די שייכות צו ענינים פון מתן תורה איז, וואס תורה איז דאך העכער פון אלע עשר ספירות, במילא בשעת ס'איז געווען מתן תורה, איז דאך געגעבן געווארן אין דעם העכסטן אופן ווי תורה קען זיין, במילא איז דעמאלט איז דאס אחד עשר יום, אז ס'איז העכער
- proofread
- 0