English
ספרייה
kind
paragraph
order
Ib
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס דערפון איז פארשטאנדיק דער היפך הדברים, אז דורך עבודת הגוף, איז בשעת דאס ווערט אן עבודה בשלימותה ולתכליתה, וואס דעמאלט קומט דאס פון תחתון תחתון ביותר, פון דעם גוף, איז דאס נאך העכער ווי מ'דערגרייכט על ידי עבודת הנשמה בא דעם אידן. וכמדובר כמה פעמים בארוכה. וואס דאס איז אויך דער רמז הגוף נהנה מן הגוף, אז דעמאלט האט דער גוף למטה, וואס דאס איז דער גוף פון א אידן, ווערט דאס אן ענין וואס פון נהנה מן הגוף פון דעם גוף ווי ער איז למעלה. וואס על דרך זה איז אויך פארשטאנדיק, אז אויך למעלה, וויבאלד אז דאס ווערט אנגערופן בשם גוף, און ניט נשמה למעלה-איז דארט גופא באווייזט, אז אויך אין דעם גוף שלמעלה דערגרייכט דאס, בשעת אין דעם גוף שלמעלה איז מען מוסיף, על ידי מעשינו ועבודתינו איז מען מוסיף, ובפרט אז די עבודה איז דורך פארבונדן מיט א גוף דא למטה, האט דאס נאכמערער שייכות צו ארויסקריגן די שלימות
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים