English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

19 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1אזוי בכלל איז דאך א תענית איז ווי אלטער רבי מבאר אין אגרת אין תניא, בכמה מקומות, אז דאס איז אן ענין פון אן עת רצון, ווי ס'איז דאך אויך פארשטאנדיק במיוחד פון דער הפטרה וואס מ'זאגט אין א תענית, וואס הויבט זיך גלייך אן בתחילתה, דירשה הוי'באמצו, כראו וביותו קרוב, אז

2מצד דערויף וואס דאס איז א זמן פון ביהי מצא וביהיותו קרוב, איז דאך פארשטאנדיק די גרויסקייט פון די עת רצון וואס ס'איז דעמאלט, וויבאלד נאך אז מ'פארגלייכט דאס אויך אז כאן בציבור און כאן ביחיד, בהנוגע צו עצרת ימי תשובה טוט דאס אויף אויך א יחיד, אט דאס וואס מ'דארף האבן בשער השנה, דוקא על ידי ציבור, איז דאך פארשטאנדיק, אז מ'פארגלייכט דאס צו עשרת ימי תשובה, וואס דעמאלט איז דאך דישה הוי'בימצעו כרוב הוא וביותו קרוב אפילו ביחיד, און דאס זאגט מען אין דער הפטרה, און גלייך בתחילתה אין דעם ערשטן פסוק פון דער הפטרה, כנזכר. וואס דאס איז אויך פארשטאנדיק, אז בפרט נאך אז אז מ'קומט אין א שנה וואס ווי אידן האבן דאס א נאמען געזאגט, אז דאס איז ראשי-תיבות פון ה'שנת ניסים, וואס דער ענין פון הרים ניסי על ההרים איז דאך אויך אז די הנהגה איז ניט סתם א הנהגה רגילה, נאר ווי דאס איז א הנהגה ניסית, ובמיוחד ווי איז וואנענט אז דאס איז על ההרים אז ס'איז דא הרים וואס בלאו הכי

3זיינען העכער פון שטח הארץ, און אט דאס איז נאך על ההרים, און על ההרים איז דאס ניט סתם אז מ'שטייט על ההרים, נאר מ'נעמט אן אות, וואס בלאו הכי איז דאך ענינו אויף זיין א סימן, א סימן אויף אן ענין וואס דאס איז למעלה מן הטבע, און מ'זאגט, אז דער נס איז נאך אין אן אופן פון הרים און על ההרים איז דאך כמה פעמים ככה דער ענין פון די הנהגות לגבי הנהגת הטבעית, און במיוחד אויך בנוגע, וויבאלד אז דאס איז אויס רצון, איז דאס בנוגע צו ענטפערן יעדן אידן'ס בקשות, וויבאלד אז דעמאלט איז דאס דער זמן פון דירשה הוי'בימצאו, כראו וביותו קרוב, אז דער אויבערשטער הייסט און גיט כח, אז ס'זאל זיין ביתר שאת וביתר עוז, וכמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז דער דבר השוה אין אלע תעניות.

4דערנאך קומט דאך, האט דאך דאך יעדער תענית האט דאך דער ענין וואס איז פארבונדן דוקא מיט אים אין וועלכע ער טילט זיך אויס פון די אנדערע תענית ציבור, וואס בנוגע צו עשירי בטבת, דארף מען דאך ניט זוכן קיין רמזים בזה, וויבאלד דאס גופא, וואס דאס איז ביום העשירי בקודש איז שוין דא דער מקרא מלא דיברי הכתוב אז עשירי יקרא יהי'קודש האט דאך דאס דער טאג אליין אויסגעקליבן געווארן, און אז דער תענית איז אויסבאשטימט געווארן און אויסגעקליבן געווארן דער טאג וואס א יום קדוש בלאו הכי, על אחת כמה וכמה אז אידן טוען דעמאלט אין דעם טאג, ווי דער רמב זאגט בנוגע צו תענית, אז אן ענין פון א תענית איז דאס דער ענין פון תשובה, וכמדובר בארוכה כמה פעמים.

5וואס יש לקשור אויך זה, כמדובר אמאל אויך בארוכה, אז דאס איז אויך פארבונדן מיטן חודש, וואס דער חודש ווערט אנגערופן בשם תבת, דרשון עבדרפו חז ז ל, אז דעמאלט איז דאס א חודש הגוף נענה מן הגוף, איז דאך מבואר בזה דער רמז אין ספרי חסידות, אז בא יעדער אידן איז דאך דא אן ענין פון חלק אלוקה ממעל ממש, וואס דאס איז זיין נפש, נפש השנית בישראל, און דערנאך איז דא דער חלק הגוף, און ווי ער זאגט אויך אין תניא אז עושים גופם טפל, ונשמתם עיקר, ונפשם עיקר. דערנאך קומט אבער א זמן וואס אידן דערגרונטעווען זיך על ידי עבודתן קריגן זיי ארויס און זיינען מגלה אין יעדער ענין, זיין תכלית המכוון שלו, וואס דעמאלט האט מען דאך אויך דעם כלל, אז וויבאלד אז דאס איז תחתון תחתון ביותר איז א סימן אז ער נעמט זיך פון גבוה גבוה ביותר,

6וואס דערפון איז פארשטאנדיק דער היפך הדברים, אז דורך עבודת הגוף, איז בשעת דאס ווערט אן עבודה בשלימותה ולתכליתה, וואס דעמאלט קומט דאס פון תחתון תחתון ביותר, פון דעם גוף, איז דאס נאך העכער ווי מ'דערגרייכט על ידי עבודת הנשמה בא דעם אידן. וכמדובר כמה פעמים בארוכה. וואס דאס איז אויך דער רמז הגוף נהנה מן הגוף, אז דעמאלט האט דער גוף למטה, וואס דאס איז דער גוף פון א אידן, ווערט דאס אן ענין וואס פון נהנה מן הגוף פון דעם גוף ווי ער איז למעלה. וואס על דרך זה איז אויך פארשטאנדיק, אז אויך למעלה, וויבאלד אז דאס ווערט אנגערופן בשם גוף, און ניט נשמה למעלה-איז דארט גופא באווייזט, אז אויך אין דעם גוף שלמעלה דערגרייכט דאס, בשעת אין דעם גוף שלמעלה איז מען מוסיף, על ידי מעשינו ועבודתינו איז מען מוסיף, ובפרט אז די עבודה איז דורך פארבונדן מיט א גוף דא למטה, האט דאס נאכמערער שייכות צו ארויסקריגן די שלימות

7און וואס ס'איז דא אין גוף דא למעלה אפילו לגבי נשמה שלמעלה, וואס אט דעמאלט פארבינדט דאס דער גשמיות שלמטה מיט דעם גוף שלמעלה ווי ער שטייט בשרשו ומקורו, וואס דעמאלט איז דאס נאך העכער ווי מ'דערגרייכט על ידי עבודת הנשמה ווי די נשמה שלמעלה. וכמדובר כמה פעמים, וואס דערפאר פארבינדט מען דאך דאס אויך מיט אן ענין וואס דאס איז אויך בדוגמת תענית, וואס דערפאר איז דאס אן ענין פון אסתר, וואס מלשון אסתר פני ביום ההוא, און זי איז געווען די סוף פון כל הנביאים, וכמדובר כמה פעמים איז דאס א כתוב וואס רעדט זיך דוקא אין מגילת אסתר, וועגן די מעלה פון חודש טבת, און פארבונדן אויך מיט המלך אחשורוש, וואס דאס איז געווען דוגמתו ווי קומט דאך וואס די שייכות צו אסתר'ן? דערפאר וואס דעמאלט איז געווען ווי אחשורוש איז למעלה, וואס דאס איז שאחרית וראשית שלו פון למעלה, וואס דאס איז דאך מדגיש, אז אין למעלה איז אויך דא אחרית און ראשית, און דאס איז מערניט ווי אחרית,

8משא'כן דער צווייטער ווערט אנגערופן בשם ראשית און על ידי עבודת הגוף למטה איז מען אויך מגלה די מעלה פון דעם גוף שלמעלה, ווי אזוי איז אויך למעלה, וויבאלד אז דאס איז דער גוף שלמעלה, איז דאס נאך העכער בשעת מ'ארבעט דאס דורך על ידי מעשינו ועבודתינו, האבו גודל לאלקינו, מ'מוסיף נאכמערער אין מעלת הגוף, ביז וואנענט אז מ'איז מוסיף עד כדי כך, אז ער ווערט העכער שלא בערך פון דער דרגא וואס ווערט אנגערופן למעלה בשם נשמה, און עד כדי כך, אז ס'איז ניט סתם אז מ'דערגרייכט די מעלה, נאר ווי דער לשון חז.ל, וואס יעדער ענן איז דאך בדוייק אין תורה, זאגט מען אויף דערויף דעם לשון נהנה אז דאס איז ניט סתם על דרך פון א לחם לחל, וואס לחם לחל איז ער ממלא לעבנו, און דורך דערויף איז ער מקשר די חיי הנשמה מיטן גוף, וואס דערפאר מאכט מען דאך אויף דערויף די ברכות וכו,' נאר דאס איז נאכמער דאס איז אן ענין אז דאס איז ניט סתם אכילה דאס איז אן אכילה וואס ווערט אנגערופן בשם הנאה

9על דרך ווי ס'איז אויך דא במיוחד און פארבונדן אויך מיט ארצנו הקדושה, מיט די פירות שמשתבחה בהם ארץ ישראל וואס מ'זאגט אויף דערויף אז דאס איז אן ענין של שבח, וואס דערפאר איז אויך אין אכילה שלהם איז דאס ניט סתם אן אכילה וואס זי איז מקשר און ממשיך און מגלה די חיי הנשמה, זאל זיין אין גוף דער שלמטה און על דרך זה אויך למעלה, נאר דאס ווערט אויך אין אן אופן פון הנאה, וואס דאס איז נאך מערער, על דרך שנשתבחה בהם ארץ ישראל אין דערויף גופא איז דאך אויך דא די צוויי ערשטע זאכן, וואס דאס איז דער לחם דער חיטה ושעורה, וואס ענינם סתם איז דער ענין פון אכילה סתם, און דערנאך איז דא די פירות וואס ווערן אויסגערעכנט לאחרי זה די חמש פירות, ווי ער רעכנט זיי אויס אין פסוק, און מ'זאגט אויך, אז אין דעם פסוק גופא איז חזר'ט זיך איבער נאכאמאל דער ווארט ארץ און ס'איז אויך א נפקא מינין בן נוגע לפועל, אז אזוי איז דאך די ברכה פון די מינים וואס ווערן גערעכנט אין דעם פסוק, איז דער וואס איז קודם בפסוק איז ער אויך ברכתו קודנות,

10אבער מ'רעכנט אויך ווי ס'שטייט ווי דער יחס איז צו שרשו ומקורו, וואס דאס איז דער ארץ וואס פון איר איז דא דער חטה ושעורה ביז זית שמן ודבש, און פאר זית שמן ודבש שטייט נאכאמאל דער ווארט ארץ דערפאר וואס דעמאלט הויבט זיך אן א באזונדער חשבון און א באזונדער חשיבות,

11ארץ זית שמן ודברש, צו דעם ווארט ארץ איז ער קודם צו אט די וואס זיינען חרוב צו דעם ערשטן מאל ארץ, נאר וואס דען? אין אן אופן וואס ס'איז ווייטער ניט ווי די קורבה צו דעם ארץ השני. וואס אזוי איז אויך יש לרמז בזה, אז וואס איז דאס דער ענין פון צוויי מאל ארץ וואס בכלל באווייזט דאך דאס אויף א נשמה אויף די עבודת פון א אידן, ווי אלע ענינים אין תורה, איז אויך דא אין דערויף צוויי ענינים אין ענין פון ארץ ווי ארץ איז למטה מצה פון לשון ארציות, און דערנאך ווי ארץ איז פון לשון רצתה לעשות רצון קונה וואס אזוי איז אויך אין די ביידע טייטשן איז דאך דא אין ביידע פעמים ארץ וואס אין דעם פסוק, און אין דערויף גופא איז אויך ווי ס'איז דא די ביידע זאכן אין א דרגא תחתנו שבעבודה, און ווי ס'איז דא די ביידע ענינים פון ארץ, סיי ארציות און סיי רצתה לעשות רצון קונה מיט צוויי אפטייטשן אין רצתה פון לשון לויפן און פון לשון רצון, אז איז אויך אין דערויף אויך דא די ביידע אפטייטשן,

12סיי אין דעם ערשטן ארץ סיי אין דעם צווייטן ארץ. וואס אט אזוי איז אויך בנוגע צו תענית האמור פון אן עת רצון, איז דאס איז אפילו ווען דאס קומט אויס באיזה יום, בחודש, על אחת כמה וכמה אז מ'האט א צווייטן עת רצון אין דעם תענית, וואס דאס איז עשירי בחודש, און אין וועלכן חודש? א גוף נענה מן הגוף מיט אלע פירושים שבדבר הרמוזים לעיל, והמפורשים לעיל. וואס דאס איז אויך מקרב די גאולה האמיתית והשלימה, וכידוע דער סיפור, אז ס'איז געווען א קא-סלקא-דעתך, אז דאס וואס ס'איז געדרוקט די לקוטי תורה איז דאס שוין דער ענין הגאולה, און די קא-סלקא-דעתך איז ארויס בגלוי אויך דורך א אידן, טאקע וועט אור שאלה וואס איז אויך פארבונדן מיט נשיאות וואס בא אידן, וואס בכלל איז דאך יעדער איד איז דאך ניצוצו של יעקב אבינו, במילא האט ער דעם ראשי תיבות פון די פיר ווערטער, ווערט ער אויך אין אן אופן פון א נשיא בעניניו, ביז וואנענט אז מ'מאנט פון אים, און מ'גיט אים כח אויף דערויף, אלו מבקש אלא לפי כוחו אז ער זאל זיין א נשיא בעמו, אין דער גאנצער סביבה אין וועלכער ער לעבט,

13עאכו כמה וכמה בביתו בפשטות, ובתוך בני ביתו בניו ובנותיו וכמדובר כמה פעמים. און אין דערויף גופא איז דא דרגא למעלה מדרגא, על דרך ווי אויך אין עבודת אדם בשעת מ'זאגט כפליים לתושי מיינט מען דאך דאס ניט נאר אז דאס איז צוויי מאל אזויפיל, נאר וואס דען דאס איז אין אן אופן שבין ערוך, נאר דאס איז א צווייטער סוג, אף על פי כן איז אין דערויף אויך נרמז דער ענין פון שני פעמים, דערפאר וואס בכלל איז דאס שני סוגים, וואס זיי זיינען באין ערוך איינער צו דעם צווייטן, און דאס גופא מאכט פון זיי איין ענין, על דרך ווי מ'זאגט, אז ביי א אידן הויבט זיך אן זיין חינוך, און די כניסה פון נפש הקדושה שלו הויבט זיך גלייך אן ביים יום השמיני, ווי דער אלטער רבי ברענגט אויך אראפ בשולחן ערוך שלו, אין מהדורא בתרא, וכמדובר כמה פעמים, און אין דערויף גופא האט מען אויך די מהדורא בתרא אין די אלע ענינים, און מ'האט אויך די מהדורא בתרא פון דעם גלות, וואס דער ענין פון גלות איז דאך מערניט וואס דאס איז אזוי די קא סלקא דעתך, און די התחלה שבענין

14איז מהדורא קמה שלו איז דאס אן ענין של גלות, משא'כן מהדורא בתרא, וואס האט אויך דעם אפטייטש, אז דאס איז ניט נאר א צווייטע מהדורא, נאר דאס איז די לעצטע מהדורא, האט מען די לעצטע מהדורא פון גלות, אז מ'איז מגלה דעם תכלית צוליב וועלכן דער גלות איז באשאפן געווארן, אז דאס איז, בא אידן זאל צוקומען נאך אן אופן עבודה, דורך אריינשטעלן אלופו של עולם און אריינשטעלן אים בגלוי, אז מ'זעט אז ס'זאל צוגעקומען אן אות אליף, וואס אות אליף איז דאך שוין אויך מרמז אויף דעם אידן און אויפן אויבערשטן, וכמדובר כמה פעמים דער ביאור אויף ביתינו נשיאינו, אז אליף איז דאס א יו ד למעלה און א יו ד למטה, וואס דאס גייט אויפן יויד למעלה פון דעם אויבערשטן, ווי ער שטייט אין אן אופן פון א יו ד, און ווי א יו ד למטר פון א אידן, ווי ער שטייט אין אן אופן פון ביטול אמיתי, און צוזאמען דערמיט אויך דעם ענין ווי עס איז פארבונדן מיטן יו ד, על דרך ווי אין דעם יו ד פון אדנ-י וואס דאס איז פארבונדן מיטן יו ד פון שם הוי נאר דאס איז בראשיתו און דאס איז בתחילתו, און ס'ווערט דער ראשית ואחרית

15שלו, כמוזכר לעיל. און ויהי רצון, אז ס'ווערט תיכף ומיד ממש, זעט מען אויך אין דעם גלות פון דעם איצטיקן גלות, וואס בפרט נאך אז ער איז בעשירי, וואס העשירי יקרא יהי'קודש און ביום שהגוף נהנה מן הגוף מאנען דאך אידן און פירן אויס, אז דער גוף פון א אידן האט אויך הנאה פון גוף שלמעלה, ביז וואנענט כמוזכר אז ס'ווערט דער דיוק בזה, אז ניט נאר אז ער איז אוכל ושותה פון דעם גוף שלמעלה, נאר ס'ווערט אויך אין אן אופן של הנאה. וואס דאס איז אויך אז דאס וואס מ'ווייס אז גלות איז אן ענין וואס דאס איז א כלי, אין אים זאל אריינגעשטילט ווערן אן אליף וועט דאס ווערן גאולה, און אויך דערנאך זעט מען דאס אויך בפועל, ביז וואנענט אז איז אוכל ושותה פון עניני הגלות, ווי דאס שטייט שוין אין א ציור פון גאולה. איז דאס איז נאך ניט דער תכלית העבודה, און ניט דאס מאנען אידן, און ניט דאס איז דער תכלית הענינים, נאר דער תכלית ושלימות איז, אז די אלע ענינים זאלן זיין אין אן אופן דוקא פון נהנה, און ס'זאל זיין אויך דער נהנה ניט נאר די נשמה, דער חלק

16אלקה ממעל ממש נהנה, נאר ס'זאל אויך זיין דער גוף הגשמי, ווי ער בלייבט בגשמיות שלו, איז ניט נאר ער האט דעם חיות שלו, ביז מחי'חיים אז ער איז אויך מחי'אנדערע און מאכט נרות להאיר פון בנים ובנות עוסקים בתורה ומצוותי ושננתם לבניך אלו התלמידים, אז ער איז משפיע תורה און פנימיות התורה ארום זיך, ביז אין אן ופן פון יפוצו מעיינותיך חוצה און פירט-אויס דערויף דערויף, אז דעמאלט איז קא אתי מר דא מלכא משיחא קומט ער אין אן אופן ווי ער איז, ווי געזאגט אין דער הפטורה פון דעם שבת למיני אזלינין מ'געפינט זיך דאך גלייך אויף מארגן נאך פון שבת פרשה ויגש, איז דאך אויך די הפטורה שלו, וואס דאס איז דאך דער סיום און דער גילוי פון דעם ענין הפרשה, ביז וואנענט אז דאס האט מען געמאכט אין זמן הגלות, אין זמן הגזירות, און דאס האט מבטל געווען די גזירה, אז דערנאך איז געווארן אז מ'האט צוריק ערלויבט אפילו דער צד שכנגד האט אראפגענומען מבטל געווען די גזירה, און מ'לייענט אויך תורה ברבים, אף על פי כן איז חס ושלום אנרירן דעם ענין פון הפטורה, איז דאס איז געבליבן במקומו קיים,

17ארץ אויך קיים אין אן אופן ווי דאס איז נהנה מן ההפתורה, נהנה אויך פון דעם גלות, און ווער איז נהנה אויך דער גשמיות הגוף כפשוטו, וואס אויף דערויף מוז מען דאך האבן אז די גשמיות העולם זאל זיין אין אן אופן ווי זי וועט שטיין בקרוב ממש, ביז על ידי הגאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט איז דאך אויך אז דער גוף נהנה כמדוייק דוקא דער אופן פון נהנה. און צוויי מאל ער, צווי רצון תחתון און רצון עדין, וואס דאס איז אויך פארבונדן מיט בנימין און יוסף, וואס ביידע ענינים זיינען דאך פארבונדן מיט פרשה ויגש, און דורך זיי ביידן צוזאמען איז געווען דער ותחי רוח יעקב אביהם וואס דאס איז דאך אויך פון דער פרשה ויחי. און ס'קומט גלייך צו דעם סיום וחותם פון ספר הישר, ווארום ס'ווערט נתגלה אין הקיצו ורננו שוכני עפר די אבות וואס זיי ווערן דאך אנגערופן בשם ישר און ס'ווערט דער ואלה שמות בני ישראל הבאים מצרימה א ראובן ושמעון נחסין און ראובן ושמעון סלקין, איז מארי באצבעו ואומר זה, אז אפשטייען די אלע אידן וואס געפינען זיך איצטער דא לאחרי רגע זה

18שטייען זיי אלע צוזאמען אויך מיט די וואס געפינען זיך אין עזרת נשים וקטנים וקטני-קטנים, אנשים נשים וטף, שטייען זיי אין א מעמד ומאמת פון סלקין. און ס'ווערט אויך די ביידע ענינים אז לא שינו כל הענינים, במילא איז דאך א זיכערע זאך, אז די אלע ענינים של מעלה, וואס דער האט דער חלק אלוקא ממעל ממש, און דאס וואס ס'האט א איד איידער ער טוט זיך אן אין זיין גוף, איז דאך נשמה שנתתה בי מ'קען הנותן בהן יפה נותן, איז אתה ורתא, און פאר דערויף איז טהורה איז אז דאס נעמט זיך פון טהירה עילאה, וואס דאס איז נאך העכער פון טהירא תתאה על דרך פון יראה תתאה און יראה עילאה, אף על פי כן איז דאס אלץ דער ענין פון תהירא, מיט אלע פירושים שבדבר, און מ'איז אויך זכר, מ'זעט דאס אויף וואס ס'שטייט די תואר השמים, וואס דאס שטייט דאך דאך אויף מעשה מרכבה האט מען דאס מערה באצבע ואומר זה והיו יניך רואות את מוריך, און ס'קומט תיכף ומיד ממש, כמוזכר, בפרט נאך אז מ'איז מסיים אויך מיט נאכן יעדערן פון א נוכח'ן כאן אויף א שליח אויף געבן ענינים

19של צדקה, וואס דעמאלט איז דאך גלייך די החלטה בדבר, שוין ברענגט גלייך דעם שכר שבדבר. ובפרט אז דאס איז דאך כלו כל הקיצין און מ'האט אין הדבר תלוי אלא בתשובה איז דאס בשעתא חדא וברגעא חדא, ובפרט אין א טאג וואס מ'האט שוין געזאגט און געמאכט אויף דערויף ברכות של פני'ולשל אחרי אז דאס איז א טאג פון דיר שהוי'באמצעו כראוה ביות יקרוב, און ס'ווערט גלייך דער ביתו בית תפילה יקרוב לכל העמים, ותיכף ומיד ממש.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים