Paragraph
Paragraph rh-f8n8hk3s
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-hgerfd0p
- order
- HM
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דירה. און דאס ווערט אזוי אויך, אז אין די גשמיות'דיקע זאכן ווערט די גשמיות באלעבט מיט די רוחניות, ובפרט מיט די רוחניות וואס יעדער איד ברענגט אריין אין זיינע חלקו בעולם, און אזוי טוען יעדער איד און אלע צוזאמען, וואס זיי זיינען דאך די באלעבאטים אויף וועלט, ווארום צוליב זיי איז דאך וועלט באשאפן געווארן, ווי רש'טייטשט אפ אויף בראשית ברא אלקים אויף בראשית בצביל ישראל שנקראו ראשית און איז גלייך אויך מוסיף בראשית איז דאך דער אפטייטש און די ווערטער בי ת ראשית, איין ראשית אידן, און דער צווייטער ראשית די תורה, און זיי גייען ביידע צוזאמען אין דעם זעלבן ווארט, תורה קען מען ניט פאנ נ דערטיילן, ישראל אורייתא איז דאס איין און איינציקע זאך, ביז וואנענט אז מ'זאגט אויף תורה, אז היא חיינו ואורך ימינו, און אזוי ווי חיינו ואורך ימינו, איז דאך בשעת א איד געפינט זיך בשדה, איז אויך דעמאלט געפינט ער זיך דארטן אלס א לעבעדיקער איד, במילא איז אויך האט ער אין זיך די אמת'ע לעבעדיקייט,
- proofread
- 0