Paragraph
Paragraph rh-f7tc7at9
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-19dbxjcc
- order
- S
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און מודגש, א חתימה ניט נאר סתם חתימה, נאר אויך א גמר חתימה טובה. און ווי דערמאנט פריער, די אלע אותיות פון אלף-בי'ת, וואס זיי זיינען פארבונדן מיט יענער שנה, ובפרט מיט היינטיקן יאר, וואס ווי דערמאנט פריער האבן אידן געזאגט און מפיץ געווען, אז דאס איז שנת נו'אלף, אז ראשי-תיבות אראנו נפלאות, אז נאך אין די עשרת ימי תשובה פון דעם יאר, ובפרט נאך אז מ'האט שוין די עשרת ימי תשובה דורכגעגאנגען רובם, ווי ס'שטייט שוין ביום השביעי שבו, וואס דאס איז דאך כולל כל שבעת ימי השבוע וכל שבעת ימי השנה, ווי דערמאנט וואס ער איז מבאר אין לקוטי תורה, אז יעדער וואך זאגט מען דעם זונטיק, דעם ערשטן טאג פון דער וואך, אז דאס איז יום ראשון, און שירות של יום פארבונדן מיט יום ראשון פון פרשה בראשית, דערפאר וואס דעמאלט בכל יום ראשון ווערט באנייט שמים וארץ וכל צבאיהם אין אן אופן ווי ס'איז געווען בראשית דעם ערשטן מאל, ובפרט נאך ווי דער אלטער רבי איז מבאר אין אגרת הקודש, אז מידי שנה בשנה ווערט אן אור עליון, וואס איז נאך קיינמאל ניט געווען אזא אור,
- proofread
- 0