עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-f57g40fz

kind
paragraph
order
pD
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וועגן בויען בנינים, און ס'דארף בויען בנינים, און אויך די גאנצע רחוב וואס ארום דעם בנין, און די גאנצע שכונה וואס ארום דעם בנין, אין אזא אופן, אז דאס זאל זיין לעבעדיק מיט לעבעדיקע אידן און מיט לעבעדיקע אידישע קינדער, במילא דארף דארטן זיין אן ארט וואס זיי לעבן דארטן און זיי עסן דארטן און טרינקען דארטן, און ניט ווי ס'זיין אזעלכע וואס זיי איינגעפאלן א סברא אז וואס דארף מען האבן אז דאס זאל זיין א שכונה אדער א רחוב אדער בטים וואו ס'לעבן דארטן לעבעדיקע אידן דאס וועט זיין מערניט ווי אן ארט וואס לעבעדיקע אידן וועלן דארט מערניט ווי דאוונען אדער לערנען אדער חזר'ן חסידות. דאס איז אלץ זייער ריכטיק און ס'איז אלץ זייער גרויסע זאכן, ס'איז אבער ניט וועגן אט דעם ענין רעדט זיך! ס'רעדט זיך איצטער וועגן מא� אן א לעבעדיקע אין אן אופן פון תמימה, אין אלע פרטים, במילא מוז זיין אין דער שכונה דירות וואו מ'וועט עסן און טרינקען, אונזער אידישע קינדער וועלן זיך שפילן סיי אין גאס און סיי אין דער דירה, און שפילן זיך אין אן אופן אז ס'איז מחנך זיין, אז אין דעם שפיל גופא וועט ניט זיין אריינגעמישט קיין חיות בלתי טהורות, כמדובר כמה פעמים, אז יעדער ענין דארף דערמאנען א ידיש-קינא אויף אידישקייט, על אחת כמה וכמה אז מ'דארף שולל-זיין ענינים וואס זיי זיינען היפך הטהרה אדער היפך הקדושה וכיוצא בזה, און מ'קען דאס אויספירן אויף בנקול, אז מ'וועט אויסשטעלן די נקודות אין אן אופן ברור, אז אף על פי וואס בהנוגע צו אט דעם ארט וואו דער רבי נשיא דורנו איז געווען עשר חיים חיותו בעלמא דין, איז דער ענין פון אכילה און שתי אין די בנינים, איז דאס מערניט פארבונדן מיט אן אכילה שלו, וואס זי איז פארבונדן מיט אן אכילה פון זיינע חסידים, וואס זיי עסן באופן כך, אז וויסנדיק אז זיי עסן צוזאמען ניט נאר די חג הסוכות מיט די אושפיזין, נאר במשך כל השנה כולה, אז מ'מאכט דארט א התוועדות און דארט איז דא אכילה און שתי'אט דער מיטה גיוור
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions