Paragraph
Paragraph rh-f4p9v256
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-tbadq281
- order
- 5H
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- מצב פון דעם נאמען ישראל, וואס אין דעם נאמען ישראל שטייט דאך בגלוי די אותיות פון ראש, ווי אזוי אין יעדער אידן ווערט אנטפלעקט ווי אזוי ער איז באשאפן געווארן אין אן אופן אז ער זאל זיך אויפפירן ווי ס'דארף זיך אויפפירן די קאפ פון דער גאנצער בריאה, וואס דערפאר האט מען אים געגעבן די אלע אנווייזונגען ווי ער דארף זיך אויפשירן, דערפאר וואס אן אים אדער אן איר הענגט אפ די גאנצע בריאה כולה. און אף על פי כן זאגט מען, אז ישראל איז געווען ויחן לשון יחיד אין דעם טאג ווען זיי זיינען געקומען, וואס דאס גיט אויך ארויס דעם טעם, דערפאר וואס דאס איז געווען נגד ההר, וואס אהר מיינט מען דאך דאס, ענין פון הר סיני, וואס בשעת מ'זאגט הר סיני איז דאך דא גלייך בגלוי דער ענין פון מתן תורה, און ווי מ'זאגט אויך אין פרקי אבות, וואס מ'הויבט דאס אן לייענען שוין צום צווייטן מאל, גלייך דעם שבת הבא, לאחרי זמן מתן תורתנו פון משה קיבל תורה מסיני, אז ניט מ'זאגט דערביי קיינדערע פרטים, נאר מ'דערווארט
- proofread
- 0