Paragraph
Paragraph rh-f3k7ws9k
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-btthne6n
- order
- 9X
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און אויך ווי איז דער ענין פון צדקה, ארויסהעלפן יעדערן וואס דארף אנקומען צו א הילפה פון א צווייטן מענטשן, און אין דערויף העלפט מען זיי ארויס, ביז וואנענט אז זיי טוען דאס שוין דערנאך בכח עצמם. און דאס פארבינדט נאך מערער, אז ס'זאל זיין אין דער גאנצער וועלט ניכר, ביז וואנענט אז מ'זעט דאס מיט עיני בשר, ווי אזוי אלע פעלקער פון דער וועלט האבן דעם זעלבן אנפירער און דעם זעלבן בורא, דעם זעלבן באשעפער, וואס דאס איז דער אויבערשטער, און ער באשאפט זיי ווי דער בעל שם טוב איז מבאר בכל רגע ורגע מאין ואפעס ממש, באשאפט זיי פון דאסניי אין יעדער רגע, פון יעדער שעה און פון יעדער טאג, צי דאס איז א וואכעדיקער טאג, און זיכער אזוי אין א שבת'דיקן טאג, אדער אין א יום-טוב טאג, אדער א יום-טוב ווי ל'בואמר, על אחת כמה ווי דער יום-טוב פון חג השבועות וואס מ'ציילט פון ל'בואמר ביז קומענדיק צו חג השבועות, און ווי דער יום-טוב פון פסח פון וועלכן מ'הויבט אן ציילן דעם אומר גלייך ממחרת השבת, און אט דאס ווירט אויך
- proofread
- 0