Paragraph
Paragraph rh-f2teap5q
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-y46c9fhx
- order
- 7k
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אז מ'דאנקט דעם אויבערשטן דעם צווייטן מאל אז מ'טוט אן דעם קלויד, אדער דעם צווייטן מאל אז מ'עסט דעם פרי חדש, במכל-שכן וקל-וחומר, אז מ'דאנקט אפ דעם אויבערשטן פארוואס ער האט געגעבן איין טאג, איז דאך א זיכערע זאך אז מ'דאנקט אים אפ, בשעת מ'האט דעם שיינעם קלויד אדער דעם שיינעם מאכל אויף מערערע טעג, איז דאך דאס נאך א גרעסערע ברכה, דארף דאך אים נאכמער דאנקען, אבער שהחיינו מאכט מען מערניט ווי דעם ערשטן מאל באם אנטאן, דערפאר וואס דעמאלט האט מען די כוונה, ווי מ'זאגט אויך אין ברכה, לזמן הזה, ניט ליום הזה, נאר צו דער צייט וואס האט א המשך נאך דעם ערשטן טאג, האט מען דעם נייעם שיינעם קלוי די טעג נאכדעם, און נאך דערויף ווי מ'האט פארזוכט ערשטן מאל, דעם פרי חדש, האט מען דערנאך אויך דעם געשמק, ווען מ'עסט א צווייטע פרי פון דעם זעלבן מאל, דארף מען ניט מאכן שהחיינו נאכאמאל, ס'איז פון זיך אליין פארשטאנדיק, אז ער האט געמאכט שהחיינו, האט ער גלייך מדגיש געווען, אז דאס איז לזמן הזה, אויפן גאנצער צייט וואס דאס ווערט נמשך דער זעלבער פירי אדער דער זעלבער קלויט אדער דער זעלבע הנאה. וואס דערפאר איז אויך ס'קומט צו דער חידוש, אז בשעת ס'קומט צו ספירת העומר מאכט מען א ברכה פון דאסניי בא יעדער טאג פון ספירת העומר, אף על פי וואס מ'האט געמאכט דעם ערשטן מאל בשעת מ'האט געציילט דעם אומר, גלייך ארויסגייענדיק פון מצרים, גלייך נאך דעם ערשטן טאג פסח, איז אז ס'קומט דער צווייטער טאג מאכט מען נאכאמאל א ברכה אויף ספירת העומר, און אזוי יעדער טאג איז מען מוסיף נאכאמאל א נייע ברכה. וואס איינע פון די ערקלערינקען אין דערויף איז, אז כאטש אפילו וואס ס'ווייזט זיך אויס, אז מ'טראכט זיך ניט אריין אין דעם אז דאס איז די זעלבע זאך, נאר ס'ציט זיך נאך א טאג
- proofread
- 0