Paragraph
Paragraph rh-f29j55wx
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-8vys0kt0
- order
- d
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- פונדעסטווען איז דאס מאחד ביידע צוזאמען, וואס איינע פון די רמזים בזה על דרך המוסר און נאכמערער על דרך החסידות איז, אז בשעת מ'זאגט, אז דער אויבערשטער איז משפיע, וואס דאס דרוקט זיך אויס אין דעם ענין פון ברכות פון דעם אויבערשטן, זאגט מען, אז די גרעסטע צאל וואס דארף זיין אין דעם איז דאס מאה ברכות, וואס דערפאר איז דאך אויך דער דין, אז מ'דארף האבן מאה ברכות בכל יום, ווי אראפגעבראכט אויך אין אלטן רבי'ס שולחן-ערוך, און אויסגערעכנט ווי אזוי ס'איז דא בכל יום, אפילו אין ימי שבת ויום-טוב, על אחת כמה וכמה אין ימי חול, איז דא דער ענין וואס יעדער איד האט אין זיך אין זיין סדר החיים על דרך הרגיל, האט ער לכל הפחות מאה ברכות ברכות והמשכות. זאגט מען אויך אין דערויף דער ביאור, אז וויבאלד אז די ברכות קומען פון דעם אויבערשטן, מקור כל הברכות, איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'קען ניט זיין אז זיי זאלן חס ושלום ברענגען על תוצאה דערמיט א פעולה אין דעם אדם וואס באקומט די מאה ברכות, ענינים בלתי רצויים, נאר אדרבא ער באקומט דורך דעם דער תכלית השלימות בחיים חיותו, בעלמא די אין נשמות
- proofread
- 0