עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

10 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1דער ענין פון יארצייט איז דאך מפורסם סיי אין נגלה און סיי אין חסידות און סיי אין קבלה, און בכלל נאך, בשעת ס'רעדט זיך וועגן אזא וואס ענינו איז געווען הפצת התורה סיי ענינים פון נגלה, סיי ענינים פון חסידות, סיי ענינים פון קבלה, כידוע ומפורסם, איז דאך בודאי אז אין כל צורי כלל א האריך בזה, מערניט ווי דערמאנען אז יעדער יאר איז דאך הימים העולם נזכרים ונעשים, בדוגמא ווי דעם ערשטן מאל, איז דאך דעמאלט כל עבודתו אשר עבד כל משך ימי חייו איז שטייט בתקפו און ס'איז פועל פעולות בקרב הארץ, כמדובר כמה פעמים, און אזוי איז הולך ומוסף מידי שנה בשנה, וואס דערפון איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז בכלל אין קדושה אין כל עניני קדושה דארף דאך זיין אן ענין פון התחדשכות בכל פעם ופעם, אז יהי'בעיניך כחדשים, און דערנאך איז דאך אויך קומט דאך די צווייטע גירסא, יהי'בעיניך חדשים, על אחת כמה וכמה א זאך וואס ווי ערקלערט בכמה מקומות איז פארבונדן מיט עליית הנשמה, וואס אף על פי וואס עליית הנשמה איז דאך דא בכל

2יום ויום, אין די תפילות שבכל יום, וואס ווי יום היארצייט איז דאס אן עלי'שלא בערך. וואס דערפאר איז דאך אויך דא, אז נאך דערויף ווי די מנהגים מיוחדים וואס זיי זיינען פארבונדן דוקא מיט א יארצייט, אף על פי אז לפני זה האט מען געזאגט דער קדיש, וואס קדיש בכלל ענין הקדיש איז דאך, אז יעדערע עלי'מעולם לעולם, מעולם ועד עולם, איז דאך דאס ארי די אמירת הקדש, אף על פי כן איז דא אן עלי'שלא בערך, וואס זי איז ביום היארצייט, און פארשטאנדיק אויך דערפון וואס כל עבודתה אשר עבד משך כל ימי חייו שטייט דאך דאס אויפן יום ההילולא בפעם הראשונה, יארצייט, אויך מידי שנה בשנה, אחת בשנה, כמדובר כמה פעמים.

3דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז ס'האט אן ארט אויף אויסטיילן יעדער יאר דעם מספר השנים וואס ס'איז געווען עלי'משנה לשנה, ובפרט אז מ'זעט דאך אז דער בעל ההילולא אין זיינע חידושים, וואס איז נתפרסם געווארן און אפגעדרוקט, און נאכמערער אין די ענינים וואס איז ניט געדרוקט געווארן, מאיזו סיבה שתהי', איז דאך ענינים וואס ער איז מדייק אין ענינים כמי אלו, בפרט פארבונדן מיט ענין המספר, ובפרט אז מ'קומט צו דעם מספר פון מ'ה, וואס דאס איז דאך אין היינטיקע יאר זינט תשל'ל ביז שנת תשמוד ידיך מ'ט, איז דאך דעמאלט אן עלי'מיוחדה פארבונדן מיטן ענין פון מ מה,"ה, וואס בכלל איז דאך דאס דער שם הוי אין מיטן מילוי אלפין, ווי ס'ווערט אראפגעבראכט בכמה מקומות, דוקא מיט אט דעם מילוי, כולל אויך אין פתח אליהו בשעת מ'זאגט אויך דעם ענין פון שם הוי איז דערמאנט מען דאס דוקא שם מים

4כ", וכמדובר כמה פעמים, ווי אין סידורים איז שוין דערנאך אויך אויסגעשטעלט דער מילוי מיט אותיות אלף, וואס דאס איז דאך פארשטאנדיק אויף די חשיבות פון אלף בכל הענינים, עאכו כמה וכמה אין אן ענין וואס איז פארבונדן מיט מספר, וואס דעמאלט איז דאך די חשיבות יתירה, ובמיוחד וכמובן וגם פשוט.

5דאך דאס אין פסוק מה הוי'אלקיך דורש מיימך. און אויף דערויף זאגט מען אויך גלייך די דרשה, אז מה איז אל תקרי מה אלא מאה, וידוע אין דערויף די הארה בכלל, אל תקרי איז דאך דא אין דערויף דער כלל הידוע פון שלאה, אז דאס איז ניט אן ענין וואס איז שולל דעם ערשטן פירוש, נאר דאס קומט א הוספה אויפן ערשטן פירוש. וואס דערפון דאך לכאורה קען דאך ניט זיין, אז איין פירוש זאל זיין אין א שלילה גמורה פון דעם צווייטן פירוש. בשעת מ'זאגט דעם ווארט מה באווייזט דאס ווי דער לשון הפסוק ואנחנו מה, בנוגע צו משה רבינו ואהרן, וואס ער איז געווען דער עניו מכל האדם אשר על פני האדמה, איז בשעת ווי אזוי האט ער דאס אויסגעדרוקט? דורך דערויף וואס ער האט דאס געזאגט מה אנחנו, קומט צוגיין דער אל תקרי און וואס טייטשט ער אפ? אל תקרי מה אלא

6מאה וואס מאה איז א תכלית השלימות אין מספרים, ביז וואנענט אז מ'דארף זאגן בנוגע צו יצחק'ן, וואס דאס איז דאך אויך איינע פון די שמות פון דעם בעל ההילולא, אז דער אויבערשטער האט אים געבענטשט ברענגט מען אויך אראפ דער לשון הכתוב מאה שערים אף על פי וואס מיינט מען דאס, לויט כמה פירושים, אז דאס איז געווען אלף פעמים, וואס שערים איז דאך מערניט ווי למאסרות, וואס אנשטאט דערויף וואס דער פסוק קען זאגן בפשטות פשוטו של מקרא, אז ווי'אלף פעמים זאגט מען, אז ס'איז געווען מאה שערים, כדי אויך מדגיש זיין דעם ענין פון מאה, וכמדובר בכמה מקומות, אז ס'איז דאך דא כמה סדרים אין ענינים פון מספר, הויבט זיך אן מיט אחד, וואס דאס איז דאך דער ראש פון כל המספרים, דערנאך איז דא א סדר אז דאס ענדיקט זיך מיט עשירי, העשירי יהי'קודש און דערנאך איז אויך דא דער צווייטער סדר אז דאס ענדיקט זיך מיט מאה, וואס דאס איז עשר פעמים עשר.

7פונדעסטווען איז דאס מאחד ביידע צוזאמען, וואס איינע פון די רמזים בזה על דרך המוסר און נאכמערער על דרך החסידות איז, אז בשעת מ'זאגט, אז דער אויבערשטער איז משפיע, וואס דאס דרוקט זיך אויס אין דעם ענין פון ברכות פון דעם אויבערשטן, זאגט מען, אז די גרעסטע צאל וואס דארף זיין אין דעם איז דאס מאה ברכות, וואס דערפאר איז דאך אויך דער דין, אז מ'דארף האבן מאה ברכות בכל יום, ווי אראפגעבראכט אויך אין אלטן רבי'ס שולחן-ערוך, און אויסגערעכנט ווי אזוי ס'איז דא בכל יום, אפילו אין ימי שבת ויום-טוב, על אחת כמה וכמה אין ימי חול, איז דא דער ענין וואס יעדער איד האט אין זיך אין זיין סדר החיים על דרך הרגיל, האט ער לכל הפחות מאה ברכות ברכות והמשכות. זאגט מען אויך אין דערויף דער ביאור, אז וויבאלד אז די ברכות קומען פון דעם אויבערשטן, מקור כל הברכות, איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'קען ניט זיין אז זיי זאלן חס ושלום ברענגען על תוצאה דערמיט א פעולה אין דעם אדם וואס באקומט די מאה ברכות, ענינים בלתי רצויים, נאר אדרבא ער באקומט דורך דעם דער תכלית השלימות בחיים חיותו, בעלמא די אין נשמות

8בגופים, וואס דער תחתית השימות איז, אז בכל רגע ורגע פון ימי חייו זאל זיין ניכר אין אים, אז ער איז בחינת מה, און אני לא נבראתי אלא לשמש את קוני פאר זיך איז ער גאר קיין מציאות ניט. ובפרט אז בשעת זיי ווערט אויך פארבונדן מיטן עונש פון גלות, וואס דאס איז דאך דער האפסטער עונש ווי ס'קען זיין, כמבואר אין נגלה, און נאך מערער, ווי דער ענין איז בפשטות, פארשטאנדיק דורך קומענדיק פון די דריי וואכן און פון די ניין טעג, ובפרט נאך אז מ'האט שוין דעם תיקון על זה אין חמשה עשר באל, און דערנאך קומט דאס אויך אראפ אין עשרים בגימצריא כסף, איז דאך אט דעמאלט, כמדובר כמה פעמים, איז דאך א זיכערע זאך, אז די אלע ברכות ברענגען נאך מערער, אז ס'זאל זיין דער תכלית השלימות אין מציאות האדם, וואס די תפתית השלימות אין מציאות האדם איז, אז ער זעט זיך אן אין אים, ונכנו מה. וכמדובר כמה פעמים דאס איז אויך נרמז אין די שני שמות, לוי הפעם ילוה אישי אלי פאר זיך איז דאס כמציאות ניט, און אויך יצחק אז כל השומע יצחק לי וואס דאס איז דאך געווען דוקא בא דעם וואס ס'איז געווען דער מאול לשמונה

9ראשון פון כל בני אדם איז דאך דאס געווען יצחק, און ער האט גע'פועל'ט בכל הענינים כולם, אז ס'זאל ווערן כל השומע יצחק לי, כמדובר כמה פעמים, אויך אויף מסיים-זיין כרגיל וכגמזה דעם ענין פון נתינת הצדקה, וואס צדקה איז דאך תציל פון דעם ענין הפיר פון חיים, במילא איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז בשעת ס'קומט א טאג פון יארצייט און דעמאלט איז ווי איז מען דאס מהפך, אז ס'זאל זיין דוקא אן ענין פון חיים, ואדרבא חיים שבחיים, ביז מקור החיים, און אויך א זמן גרמא, וואס דאס איז אין חודש לאחרי חמשה עשר באב, וואס דעמאלט הויבט ער זיך אן א מוסיף חיים על חיים וכמדובר כמה פעמים, איז דאך אויך מאכן יעדערן אלס א שליח פון צדקה, און דאס זאל מציל זיין פון כל הענינים בלתי ויצויים, עאכו כמה וכמה, אז ס'זאל פעלן אין דער עבודה, חס ושלום, פון מוסיף חיים על חייו וכו.' ואדרבא, דאס ווערט נאך כיתרון האור מן החושך ווערט נאך א הוספה, ביז א הוספה אין ערוך, על דרך ווי אויך די עליית הנשמה איז דאך, כאמור, דא בכל יום ויום,

10באמירת קדיש לאחרי הנשמה, על אחת כמה וכמה ביום היארצייט, על אחת כמה וכמה ווען די יארצייט קומט שוין אין א מספר פון מ'האט מען אויך אין דערויף דעם שם הוי'במילוי אלפין דער גרעסטער מילוי וואס ס'קען זיין, מצד האיכות. און דאס ווערט אויך נמשך אין ברכות והצלחות צו אט די אלע וואס האבן זוכה געווען און לערנען מיט תורתו אשר הורנו מדרכיו במלכה באורחותיו, ווי געלערנט אויך פון זיין דרכיו ואורחותיו, ווי זייענדיק אין גלות, ווי ער האט דאס דעמאלט מפיץ געווען און מצליח געווען. עד כדי כך, אז מ'זעט נאך איצטער פירות ופירי פירות פון זיין השפעה פון ימים ההם אויך בזמן הזה, און יהי רצון, אז ס'זאל זיין תוקף ומיד דער קיום היעוד, הקיצו ורננו שוכן עפר והוא בתוכם והוא בראשיתם, ותוקף ומיד ממש דער קיום היעוד פון ילבו אישי אלי ומכל השומער יצחק לי וואס גאולה העתידה איז דאך אויך פארבונדן מיט יצחק דוקא, כמוזכר כמה פעמים, ותוקף ומיד ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions