עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-f154hzcz

kind
paragraph
order
9g
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אן ענין פון תורה לערנט ווי אזוי אויסצוגלייכן און ווי אזוי צו מתקן זיין, אז די דיעות און דער געפיל און די איבערלעבונגען זאלן זיין די ריכטיקע וואס ס'געהערט צו אט דעם פאלק, וואס כאמור, אף על פי וואס צוליב דעם טעם פון בחירה איז בחיצוניות האט דער אויבערשטער געגעבן אויך אין אנדערע פעלקער די זעלבע אויסווייניקסטע אפצייכנונג, כדי זיי זאלן האבן די בחירה, דורך די שבע מצוות בני-נח, אויך פאראיינציקן זיך על כל פנים טיילווייז, על דרך ווי בני-נח זיינען זיך אויך מחוייב אין דינען דעם אויבערשטן, דאס איז דאך דעמונה וכו כמדובר כמה פעמים, און במילא האבן זיי אויך א חיובות'דיקן טייל, אויסנוצן דאס אויך אין חיוב'דיקן אופן, אבער בעיקר איז דאס כדי מ'זאל אויך האבן די בחירה, און כדי א איד זאל האבן די בחירה זען, אז אף על פי וואס ס'איז לכאורה דער זעלבער בלוט און דער זעלבער מלאך הדם און די זעלבע פאררייציגונג פון פארשידענע טיילן און אברים פון דעם גוף, איז דאס איז אלץ בחיצוניות, אבער דאס איז בלוט וואס ווערט געשאפן דורך א כשר'ן עסן, און דורך דערויף וואס איידער ער עסט אדער ער טרינקט, אדער ער האט הנאה פון אנדערע זיינע צרכים מאכט ער א ברכה, וואס פללות כל הברכות איז דאך שהכל נהי'בדברו, וואס דערפאר איז דאך דער דין, אז בדיעבד, ווען מ'האט געמאכט אט די ברכה אויף אנדערע מאכלים, ניט דוקא אויף וואס וואס וואס יוצא בזה איז מען אויך יוצא, דערפאר וואס דא דריקט אויס די נקודה משותפת פון אלע ענינים צו וועלכע א איד קונגט אן און מיט וועלכע ער לעבט זיין טאג-טעגלעכן לעבן, און אין דערויף אויך, על אחת כמה וכמה, אז צווישן אידן גופא איז די פאראיינציגונג פון אנשים נשים וטף, וואס זיי האבן אויך א נקודה משותפת, זיי זיינען אין דער זעלבער משפחה, און זיי זיינען צוזאמען
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions