Paragraph
Paragraph rh-eytb1d1m
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-hgerfd0p
- order
- RH
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- לא כחול בשמחה לחמך, אז דער טאג ברענגט אריין נאך מערער שמחה אין דעם לעבן פון יעדער אידן און אין דער אידישקייט פון זיין לעבן, ער לערנט תורה און מקיים מצוות מתוך שמחה וטוב לבב. און ער טוט דאס נאך ווען ער געפינט זיך בשדה, און דאס קומט אים אן אין א ליישטן אופן, וויבאלד אז דער מלך געפינט זיך מיט אים צוזאמען אין דעם שדה, און מקבל פניו בסבר פנים יפות, איז דאך פארשטאנדיק, אז ער באקומט דעמאלט ספעציעלע כוחות, און פריילעכע כוחות, און גאר שטארקע כוחות, אויף דורכפירן אלע זיינע רצונות, אז ס'זאל זיין רצונות פסק פאר א אידן, אידישע רצונות, דורכפירן זיי אין מעשה בפועל, והמעשה הוא העיקר. וואס אט דאס ברענגט אויך אראפ במשך כל השנה כולה דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אלע זאכן אין וועלכע מ'נויטיקט זיך, ובמיוחד אז ס'זאל זיין א געזונטער לעבן בכל הפרטים, בגשמיות און אויך ברוחניות, און ביידע זאכן צוזאמען, בגשמיות וברוחניות,
- proofread
- 0